יעצט דינסטאג נאכט בהעלותך - פרייליכע חתונה אין בית המדרש פון החתן נחתן נתן בוים ני"ו
טו סיון תשע"ט 📝
היינט נאכט גייט אונטער די חופה החתן נחמן נתן בוים ני"ו בן הר"ר עזרא הי"ו, עב"ג די טאכטער הר"ר אייזיק אפעל הי"ו, ביידע מחותנים זענען פון אנשי שלומינו לאנג יעריגע תלמדים פון מוהרא"ש זי"ע, אזוי אויך די חתן און די כלה זענען ביידע תלמידים פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, און פרייען זיך און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם פייענם שידוך וואס זיי האבן געטון, און דארפן גארנישט מער פון א פשוטע חתונה אין בית המדרש.
ברוך השם, אז די חתונות אין בית המדרש איז שוין בכלל נישט קיין נייעס, עס איז שוין יעצט די אכט חתונה, וואס וועט "גארנישט" קאסטן פאר די מחותנים, עס וועט בעז"ה זיין א גאר פרייליכע חתונה, מיט אן אמתן אידישן טעם.
זאל דער אייבישטער העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, און זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע אידישע שטוב.
עוד ישמע בערי יהודה