פרייליכע חתונה היינט נאכט אין בית המדרש
כב סיון תשע"ט 📝
היינט דינסטאג נאכט שלח וועט בעזרת השם פארקומען א פרייליכע חתונה אין ביהמ"ד, ווען החתן אליעזר שלמה גרינבלאט נ"י א תלמוד פון ישיבה תפארת התורה וועט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת עב"ג די טאכטער פון מו"ה ברוך ברדוגו הי"ו מחשובי אנשי שלומינו פון בארא פארק.
אזוי ווי אלע פריעדרדיגע אכט חתונות אין בית המדרש ווערט דער חתונה ערווארטעט צו זיין גאר פרייליך און געשמאק, ווען אש שיינע ציבור קרובים און ידידים וועלן זיך צוזאם קומען און זיך משמח זיין בשמחת חתן וכלה.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים