פאריגע וואך מאנטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה די טאכטער פונעם גרויסן מפיץ דער ראש וראשון לכל דבר בהפצה הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א, ווי פילע אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך געקומען משתתף זיין און זיך מיטפרייען מיטן בעל שמחה. עס האט זיך אנגעזען זייער אסאך אידן וועם דער מחותן האט נאך קיינמאל געזען, וואס זענען געקומען פשוט איבער געבן זייער הכרת הטוב פאר ר' שמעון עוזר.
ר' שמעון עוזר מיט זיין בני בית זענען איבערגעגעבן פאר'ן הייליגן רבין, פאר הפצה, פאר די הייליגע קהלה היכל הקודש מיט זייער גאנצע הארץ און נשמה, ביי זיי אין שטוב האט זיך אנגעהויבן די קהלה ווען קודם איז מען בלויז געקומען צו שלש סעודות.
דערנאך האט ער געעפענט דעם דרוקעריי וואס שטייט בראש פון אלע בתי הדפוס היכל הקודש אין ארץ ישראל וואס געפונט זיך ביז היינט ביי אים אין שטוב אין זיין דייניג רום. ווי ער מיט זיין שטוב זענען מתרגם און דרוק יעדע וואך די גליונות און עצתו אמונה, וואס ווערט דערנאך פארשפרייט אין די טויזנטער איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, און האט שוין מקרב געווען אומצאליגע אידן לאבינו שבשמים.
עס דארף ווערן אונטערגעשטראכן די מסירת נפש פונעם מחותן און זיין בני בית, ווען אין די גאנצע וואך פון די חתונה און די שבע ברכות האט מען ווייטער מתרגם געווען און געדרוקט די גליונות ווי געהעריג ביי זיי אין שטוב, און אזוי אויך איז די שבת שבע ברכות טאקע פארגעקומען ביי זיי אין שטוב אינעם דיינינג רום-בית הדפוס.
נעכט זונטאג איז פארגעקומען א געהויבענע שבע ברכות אין ביהמ"ד אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים לכבוד דעם מחותן הר"ר שמעון עוזר.
אנשי שלומינו האבן געוואלט ארויסווייזן אות הכרת הטוב פארן מחותן, וואס מען האט צוערשט געטראכט צו געבן א שיינע פלעק, וכו', אבער מען האט דערנאך באשלאסן אז עס איז א שאד אידיש געלט, און אנשטאט האט מען פשוט געגעבן פאר מחותן גלאטע צוויי א האלב טויזנט שקל, פשוט ארויסצואווייזן אביסל הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות לטובת אנשי שלומינו.
מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און זיך משמח געווען לכבוד שמחת חתן וכלה.
שמחות
אין די זעלבע צייט גרייט מען זיך צו די חתונה וואס וועט פארקומען מארגן דינסטאג נאכט אין בית שמש, ווען מו"ה יצחק ראטה הי"ו, דער מנהל בית הדפוס בית שמש וועט אונטערפירן זיין טאכטער אונטער די חופה מיט די חתן הב' אברהם כהן ני"ו וואס איז שוין א לענגערע צייט פון די גרויסע מפיצים אין בית שמש, און פלעגט אלץ נעמען גליונות פון בית הדפוס און צושפרייטן אין אלע שולן פון שטאט.
דער חתונה קומט פאר בעז"ה מארגן נאכט אין אולם פארהאנד, אויף רחוב רשב"י, אין בית שמש, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחת המפיצים.
📸 דער שיינע שבע ברכות