פרייליכע חתונה אין יבנאל פון א תלמיד הישיבה
כד אב תשע"ט 📝
פארגאנגענעם דינסטאג איז פארגעקומען די חתונה פון החתן מו"ה משה ראזענבערג ני"ו בן מו"ה יצחק הי"ו, פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, עב"ג בת מו"ה משה נתן שטיינער הי"ו פון ירושלים עיה"ק.
די חתונה איז פארגעקומען אינעם ברסלבער שטעטל יבנאל וואס מוהרא"ש זי"ע האט אויפגעשטעלט, אין די זאל אונטער'ן גרויסן בית המדרש, וואס מוהרא"ש האט געבויעט ספעציעל פאר דעם צוועק אז מ'זאל קענען חתונה מאכן די קינדער גרינג און ביליג, אן דעם וואס מ'זאל זיך דארפן אנ'חובות'ן פאר נארישע אומזיסטע הוצאות.
דער קלוגער חתן מיט די קלוגע מחותנים האבן זיך געמאכט דעם חשבון אז ס'איז א שאד אוועקצואווארפן אזויפיל אידיש געלט פאר נארישע כבוד המדומה, וואס קיינער האט גארנישט דערפון א טאג נאך די חתונה, און דעריבער האט מען געמאכט די חתונה אינ'ם זאל אין יבנאל.
דער זאל זעלבסט ווערט צוגעשטעלט אינגאנצן בחנם, די אנשי הקהלה אין יבנאל האבן געקאכט פאר די שמחה, און ביי די חתונה האבן אויך די ארטיגע אידן ארויסגעהאלפן מיט אלע צוגעהער, אראפצושטעלן דאס עסן אויף די טישן, פון וואו יעדער זאל זיך קענען נעמען לויט זיין באגער אין די פלאסטיק געשיר וואס איז געווען צוגעשטעלט.
די מוזיק און זינגער זענען טאקע געווען בלויז א 'די-זשעי סיסטעם', אבער די שמחה וואס מ'האט געשפירט אין די לופטן איז געווען אומבאשרייבלעך. דער עולם האט זיך געהויבן אין די לופטן און משמח געווען חתן כלה, עס איז געווען גאר אן אויסנאם פרייליכע חתונה.
ס'האט זיך נאכאמאל ארויסגעשטעלט אז מ'קען מאכן א הערליכע פרייליכע חתונה, וואס דארף זיך גארנישט שעמען פון סיי וועלכע אנדערע חתונה, און עס דארף נישט ברענגען קיין איבריגע חובות און עגמת נפש פאר די מחותנים, נאר עס ברענגט שמחה און פרייד, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויך אסאך אידיש נחת אויף ווייטער.
קול מצהלות חתנים מחופתם!
א קליפ פון די פרייליכע חתונה
בילדער פון די פרייליכע חתונה