די וואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שרגא בן מוה"ר אברהם משה שטראססער שליט"א, מנהל כללי מוסדות ברסלב בארה"ב, עב"ג בת מו"ה נחמן ניישטיין שליט"א, מלמד מומחה במוסדותינו הקדושים, חתן המפיץ הגדול מוה"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א.
צוליב די פארארדענונגען פון די רעגירונג, איז די חתונה פארגעקומען אויף גאר א קליינעם פארנעם, לויט די אנווייזונגען פון די געזונטהייט באאמטע, זיכער צו מאכן אז קיינער ווערט נישט אנגעשטעקט.
די חתונה איז טאקע געווען קליין, אבער די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם.
שמח תשמח רעים האהובים!
 
בילדער פון די פרייליכע חתונה