פרייליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה
ו אייר תשפ 📝
די פארגאנגענע וואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אליעזר שמן ני"ו, בן מו"ה מאיר הי"ו, וואס איז חתן געווארן למזל טוב עב"ג בת מו"ה פישל שערמאן הי"ו.
צוליב די פארארדענונגען פון די רעגירונג, איז די חתונה פארגעקומען אויף גאר א קליינעם פארנעם, לויט די אנווייזונגען פון די געזונטהייט באאמטע, זיכער צו מאכן אז קיינער ווערט נישט אנגעשטעקט.
די חתונה איז טאקע געווען קליין, אבער די שמחה איז געווען גאר גרויס, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם.
דער חתן איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס.
וואונטשן מיר אים יעצט אז די אלע גרויסע זכותים זאלן אים ביישטיין, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים.
ויזכו לבנות בית נאמן בישראל!
בילדער
ווידיא