פרייליכע ימי הפורים ביים ראש ישיבה שליט"א
כו אדר תשפ"ו 📝
א גאר געשמאקער און פרייליכער יום טוב פורים איז אריבער אויף גאנץ כלל ישראל, ביי אלע אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, און ספעציעל ביים ראש ישיבה שליט"א. פילע אנשי שלומינו זענען אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג מיטצוהאלטן קריאת המגילה, די סעודת פורים, און שושן פורים.
תענית אסתר נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעקומען צו מנחה, און דערנאך האט מען געגעבן מחצית השקל ווי דער מנהג איז. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א הערליך געליינט די מגילה מיט א געשמאק, התעוררות און שמחה. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדריקט ביי עטליכע פסוקים, פון וואס מען האט געקענט פארשטיין דעם טייטש, אז די מגילה איז נישט נאר א מעשה וואס האט פאסירט אמאל, נאר עס איז א מעשה וואס גייט אריבער אויף יעדן איד; ווי דער שלעכטער המן – דער יצר הרע מיט זיינע שותפים – ווילן נאר חלילה הרגענען יעדן איד, און די צדיקים ראטעווען די אידישע קינדער. זיי ברענגען אריין א שמחה און א חיות אין יעדן איד, אז ער האט נאך אלץ א האפענונג צוריקצוקומען צום אייבערשטן און האבן א ליכטיג און געשמאק לעבן ברוחניות ובגשמיות.
פורים אינדערפרי האט זיך אנגעזען א שיין בילד אין בית המדרש, ווען אנשי שלומינו זענען אויפגעשטאנען פרי און יעדער האט געלערנט זיינע טעגליכע שיעורים, געזאגט תהלים, און זיך אויסגעבעטן ביים אייבערשטן אין אזא געהויבענעם טאג. מען האט געדאווענט שחרית, און דער ראש ישיבה שליט"א האט ווידער געליינט די מגילה מיט אזויפיל הארץ און געהויבנקייט, וואס האט איבערגענומען אלע אנוועזנדע.
נאך שחרית האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגערופן אז מען זאל נאכנישט לויפן ווייטער, נאר מען זאל זאגן אינאיינעם דעם תיקון הכללי, אזוי ווי עס איז איינגעפירט צו זאגן יעדן טאג נאכ'ן דאווענען, און ספעציעל אין אזא געהויבענעם טאג ווי פורים. דערנאך האבן פילע אנשי שלומינו געגעבן משלוח מנות און מתנות לאביונים.
נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געפירט די סעודת פורים אין בית המדרש, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגענומען די אנשי שלומינו.
שפעטער האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ וואס האבן אנגעהאלטן ביז אין די שפעטע שעות. מען האט געזינגען און געטאנצן אויף דעם ניגון: "הייליגער באשעפער, איך הייב אן פון יעצט. אפילו איך ווייס איך בין געווען נישט גוט, ווייס איך אז איך קען נאכאלץ זיין גוט. הייליגער באשעפער, הייליגער באשעפער, איך הייב אן פון יעצט".
אום שושן פורים נאכמיטאג איז מען זיך צוזאמגעקומען צו א סעודה אין ישיבה. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון דעם טאג מיט פיל חיזוק און הדרכה. צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט, אז "שושן פורים איז אויך פורים". דאס הייסט, אז סיי וואו א מענטש האלט נאר אויף דער וועלט, נישט קיין חילוק וואס ער איז אלץ דורכגעגאנגען ביז יעצט, קען ער אלץ אנהויבן דאס ניי. אפילו אויב דער פורים אליין איז נישט געווען ווי עס דארף צו זיין, קען מען אויך אנהויבן פון פריש אום שושן פורים, און אזוי ווייטער.
מען דארף יעדן טאג אנהויבן פון ניי, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אז אין איין רגע קען א מענטש אנקומען צו די העכסטע און בעסטע מדריגות. אויב א איד איז זוכה און ער נעמט ערנסט די עצות און לימודים פונעם הייליגן רבי'ן, און ספעציעל די עצה פון זיך אויסצורעדן דאס הארץ פארן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך יעדן טאג פאר עטליכע מינוט, קען א איד זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד. מען קען הערן דעם גאנצן שיעור אויף די "קול ברסלב" טעלעפאן ליניע.
דערנאך האט מען געבענטשט און געדאווענט מעריב, און דאן איז פארגעקומען א גאר אינהאלטסרייכע און הערליכע שפיל, געשפילט דורך די טאלאנטפולע אינגעלייט, די חשוב'ע מלמדים. זיי האבן אויפגעשפילט א שיינע מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, באגלייט מיט פרייליכע, לאכעדיגע און ערנסטע מאמענטן, וואס האט ארויסגעברענגט א גאר שטארקן מוסר השכל: פון איין זייט אז מען זאל זיך נישט לאזן פארנארן אויף דער וועלט, און פון די אנדערע זייט וויאזוי מען קען אלעמאל אנהויבן פון פריש, אפילו אויב מען האט זיך שוין געלאזט נארן ביז אהער. די באטייליגטע האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם הערליכן שפיל, וואס איז אראפגעלייגט געווארן זייער פאכמאניש און געשמאק.