פרייליכע פורים און שושן פורים אין ישיבה
יח אדר תשע"ז 📝
אום פורים נאכמיטאג זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען צו די סעודת פורים בהיכל הישיבה, נאך די סעודה האט מען ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים, בימים ההם - וואס מיר זענען ניצול געווארן פון המן הרשע, און מקבל געווען די תורה פון פריש, "קימו וקבלו היהודים". ובזמן הזה - אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן, וואס לערנט אונז שטענדיג אנצוהייבן פון פריש, זיך נישט לאזן פארפירן פונעם יצר הרע, נאר שטענדיג נאכאמאל צוריק קומען צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר זיכער שטענדיג מצליח זיין.
גאר א גרויסער עולם אנשי שלומנו זענען זיך צוזאם געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו פרייען אינאיינעם, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן מיר זיכער גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר.
צומארגנס, אום שושן פורים, איז פארגעקומען א סעודה אין ישיבה, אינאיינעם מיט די שמחת שבע ברכות פאר החתן יצחק לעווי הי"ו. פילע אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען, מען האט געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער ווי אזוי מיר דארפן מיטנעמען דעם פורים אויך אויף די גאנצע יאר, ווי אויך איבער דאס איבערגעטריבנקייט פון די טייערע שמחות, מענטשן געבן אויס אזויפיל געלט פאר טייערע און רייכע שמחות און מען האט גארנישט דערפון, דאס נעמט נאר אוועק דעם אפעטיט פון אידישע קינדער צו וועלן מאכן א שמחה, דאס בעסטע איז ווען מען מאכט א שמחה גאר באשיידן און נישט זוכן זיך אויפצורייסן און ווייזן פאר יעדן אז מען האט געמאכט א גאר מעכטיגע און טייערע שמחה.
נאכ'ן בענטשן האבן עטליכע אינגעלייט און בחורים אהערגעשטעלט א שיינע פארשטעלונג פון וואס יעדער האט זייער הנאה געהאט. דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, מען האט משמח געווען דעם חתן, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים.
והימים האלה נזכרים ונעשים!