א גאר שיינער פורים איז דורך אין ישיבה, מיטן ראש ישיבה, ווי מען האט זיך געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט אונז בימים ההם בזמן הזה.
 
א שיינער ציבור איז זיך צזאמגעקומען אין בית המדרש, תענית אסתר צו מנחה, מען האט געגעבן מחצית השקל. און נאך מעריב, האט דער ראש ישיבה שליט"א געליינט די מגילה.
 
ביינאכט זענען די בחורים ארום געפארן אויפלעבן אידישע שטובער. מען האט איבעראל געזינגען די שיינע ניגונים פון ישיבה וואס ווארעמט דאס הארץ צום אייבערשטן.
 
אזוי אויך פורים אינדערפרי האט דער ראש ישיבה האט געליינט די מגילה אין ביהמ"ד. נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ.
 
נאכמיטאג זענען אידן כסדר ארויף געקומען צום ראש ישיבה אינדערהיים, ווי עס איז געווען זייער פרייליך, דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם אז מען טאר נישט פארגעסן פונעם תכלית, אז מען גייט איין טאג אלעס איבערלאזן, און זיכער מאכן אז מען אסאך פון די סחורה וואס מען נעמט מיט לנצח נצחים.
 
איינע פון די באטייליגטע פארציילט אז אינמיטן איז אריינגעקומען א אינגערמאן וואס זינגט אויף חתונות, דער ראש ישיבה איז געווען זייער פרייליך צו זען ווי ער גייט מיט א בארד, דערנאך האט דער ראש ישיבה אים געזאגט: "מאך זיכער צו בלייבן מיט דיין בארד, אז נישט וועלן דיינע קינדער אפלאזן אידישקייט ר"ל!".
 
נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש, ווי דער ראש ישיבה מיט אלע משתתפים זענען געשפרינגען און געטאנצן פאר לאנגע שעות נאכאנאד עד אפיסת הכחות, בערך צוועלף אזייגער האט מען געבענטשט און מען האט געדאווענט מעריב. און עס איז געווען שטארק מערקוורידיג צו זען, דער ישוב הדעת וואס עס האט זיך אראפגעלאזט אויפן ראש ישיבה ביים דאווענען און ברכת המזון. 
 
נאך מעריב האט דער ראש ישיבה געזאגט אפאר ווערטער, און געזאגט אז עס איז  א גרויסע רחמנות אויף אידישע קינדער. מענטשן ווייסן נישט אז מ'קען זיין פרייליך א גאנץ יאר. מענטשן וואונדערן זיך, מענשט מאכן חוזק, וואס רעדט מען שוין דארט אין היכל הקודש? שלום בית, שלום בית, שלום בית... בשעת די פאר קליינע זאכן, ווי רעדן צום אייבערשטן, רעדן גוטע ווערטער אין שטוב, און לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, מאכן דאס לעבן פון א מענטש אזוי זיס, און אזוי געשמאק.
 
שושן פורים איז געפראוועט געווארן א שיינע סעודה מיט א פורים שפיל, ווי דער ראש ישיבה האט זיך געשטעלט אויף די ווערטער פון רבין וואס האט געזאגט פאר רבי נתן ווען ער איז אנגעקומען שושן פורים, "שושן פורים איז אויך פורים", דער ראש ישיבה האט געזאגט, אז דער רבי האט געמיינט צו זאגן אויך אז א טאג נאך שושן פורים, איז אויך נאך פורים, און סיי ווען עס איז. מ'קען פועלן ביים אייבערשטן, און אויפטון וואס מ'קען אויפטון פורים א גאנץ יאר. די זעלבע זאך אז א מענטש איז געוואר געווארן פון רבין ביי די דרייסיג, פופציג, אדער זיבעציג, דארפסט וויסן אז "שושן פורים איז אויך פורים", קענסט נאך פון יעצט אנהייבן צו פאלגן דעם צדיק און האבן א גוטע לעבן מיטן אייבערשטן.
 
דערנאך האבן עטליכע טאלאנטפולע תלמדים חשובע בחורים און אינגעלייט אראפגעלייגט א שיינע פורים שפיל, מיט לצנותא דעבודה זרה, מען האט געשפעט פון די פארברעכערס וואס טרונקען אידיש בלוט, און אנשטאט זיי אויסצולערנען אז דער אייבישטער פירט די וועלט, און אז מען רעדט זיך אויס צו אים ווערט די מח אויסגעהיילט, אדער די פשוטע עצות וואס העלפט באמת "גיי אהיים צו דיין ווייב, הער איר אויס, בעט איר איבער אפילו זי איז שולדיג. רעד שיין צו איר, געב איר גוטע ווערטער", רייטן זיי אויף אידישע צרות, רעדן איין אז זיי קענען העלפן, צוערשט הייסן זיי זיך צוטיילן, נאכדעם זאל ער קומען אליינס, און נאכדעם זאל זי קומען, און רעדן צוזאם שטותים און הבלים פאר פייער און פאר וואסער, הויכע ווערטער וואס זיי אליינס פארשטייען נישט, און אזוי שלעפן זיין די צייט מעלקן זיי אויס פון אידן וואס גייען דורך צרות און יסורים זייער געלט און צייט. ענדליך נאך צוואנציג אפוינטמענטס, זאגן זיי זאגן פאר דעם מענטש, "איימעסארי, מען קען דיר נישט העלפן, ביסט א לאסט קעיס..."
 
וימי הפורים האלו לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם
 
📸 פורים שפיל אין ישיבה