פרייליכע פורים טעג אין ישיבה
כ אדר ב' תשע"ט 📝
אום פורים נאכמיטאג זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען צו די סעודת פורים בהיכל הישיבה, נאך די סעודה האט מען ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים, בימים ההם - וואס מיר זענען ניצול געווארן פון המן הרשע, און מקבל געווען די תורה פון פריש - "קימו וקבלו היהודים". ובזמן הזה - אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן, וואס לערנט אונז שטענדיג אנצוהייבן פון פריש, זיך נישט לאזן פארפירן פונעם יצר הרע, נאר שטענדיג נאכאמאל צוריק קומען צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר זיכער שטענדיג מצליח זיין.
א גרויסער עולם אנשי שלומנו זענען זיך צוזאם געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו פרייען אינאיינעם, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען זיכער גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר.
והימים האלה נזכרים ונעשים!
בילדער