פרייליכע שטימונג אסרו חג סוכות אין ישיבה צום פרישן חתן
כד תשרי תשפ 📝
א גרויס שמחה הערשט אין ישיבה צום פרייליכן בשורה פונעם פרישן שידוך פון א חשובע תלמיד הישיבה. דער חתן איז הב' נתן חיים סאלאמא ני"ו בן מו"ה אבנר הי"ו פון יבנאל עיר ברסלב בארה"ק.
דער חתן האט פארגאנענעם זומער געלערענט 40 מאל מסכת תענית פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה און מיט דעם געטון די סגולה וואס מוהרא"ש צוגעזאגט אין ישיבה פאר בערך 9 יאר צוריק.
אזוי אויך איז ער געווען ביים ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהילים, אזוי האט ער געטון, אזוי האט ער געטון די ביידע סגולות וואס מוהרא"ש זי"ע האט געגעבן און צוגעזאגט אז ווער עס וועט זיי טון וועלן זיי טרעפן זייער שידוך.
דער חתן אויסער זיין געוואלדיגע התמדת התורה אין ישיבה, ווי ער האט געלערענט יעדן טאג זיינע פילע שיעורים, אין חומש, משניות, גמרא, שו"ע, הלכה וכו' וכו' האט ער ארויסגעהאלפן דעם ראש ישיבה שליט"א און צוגעלייגט א פלייצע צו וואו ער האט נאר געקענט. און יעצט האט ער ב"ה זוכה געווען צו טרעפן זיין שידוך, ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז די אלע וואס העלפן די מוסדות וועלן זוכה זיין צו טון א גוטע שידוך.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים