שבת נאך ראש השנה
פון א שבת נאך ראש השנה האט זיך אנגעהויבן איין לאנגע קייט פון ווארעמע דערהויבענע תפילות און דרשות. מען האט געלאנדעט צום שטעטל צוריק פון אומאן דאנערשטאג/פרייטאג. א גרויסער עולם איז אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי. ביי שחרית האט דער ראש ישיבה געבעטן פונעם עולם מען זאל זיך נישט אראפשלעפן צו האשקי שול כדי מען זאל זיך קענען אפרוען פונעם שווערן וועג און קענען פאסטן יום כיפור אן קיין שוועריקייטן. עס איז טאקע געווען א שטילער שבת ביים ראש ישיבה מיט א קליינעם ציבור. ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה גערעדט ממש אפאר געציילטע ווערטער, נאכדעם וואס ער איז געווען פארקילט און הייזעריג און אפגעמוטשעט פונעם לאנגן וועג.
 
ערב יום כיפור
ערב יום הקדוש איז מען אויפגעשטאנען פארטאגס צו "כפרות שלאגן", וואס איז געווארן אהערגעשטעלט צום צווייטן יאר דורך די ברסלבע בית השחיטה, וואס ווערט געפירט דורך די חשוב'ע פעלבערבוים ברודער, און די שוחטים זענען געווען די צוויי חשובע אינגעלייט מו"ה רפאל פורסט הי"ו און מו"ה שלמה רוטה הי"ו.
 
מו"ה דוד יודא איידליס הי"ו האט אויפגעבויעט דעם גאנצן צענטער מיט אלע פיטשיווקעס וואס האבן אויסגעפעלט. עס איז געווארן אנגעפירט דורך דעם מענעדזשער מו"ה נח הערש ווייס הי"ו. אזוי אויך האבן ארויסגעהאלפן אויפן פלאץ נאך אינגעלייט און בחורים, כל אחד בשמו הטוב יבורך.
 
נאך שחרית האט דער שמש מו"ה ישראל פוקס הי"ו געטיילט - ווי דער מנהג - קוכן פאר אלעמען. דערנאך זענען אלע געגאנגען זיך צוגרייטן צום הייליגן טאג יום כיפור.
 
יום הכיפורים
פאר כל נדרי האט מען געהערט גאר פייערדיגע דיבורים, ווי דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז ווען עס קומט צו בעטן דעם אויבערשטן טאר מען נישט פראווען קיין עניוות, "מיינע תפילות טוען נישט אויף", נאר מ'דארף וויסן אז מיין תפילה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן און יעדע תפילה טוט אויף. אויך האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל ארויסנעמען אלע ווייטאג וואס מען האט איינער אויפן צווייטן, מען זאל אלעמען מוחל זיין, דעמאלט וועט דער אייבערשטער אונז אויך מוחל זיין און פארשרייבן א גוט יאר.
 
מען האט ב"ה געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה האט געדאווענט פארן עמוד, וואס האט אריינגעברענגט א געוואלדיגע התעוררות אין אלע מתפללים.
 
נאך יום כיפור האט מען זיך געגרייט צום פרייליכן יום טוב סוכות. דאס יאר האט מען צוגעלייגט א סוכה אויך אין פארנט פונעם בית המדרש כדי צו פארגרינגערן צו שאקלען לולב און כאפן א טרינק.
 
ערשטע טעג סוכות
די ערשטע טעג פונעם יום טוב זענען אריבער מיט גרויס געהויבנקייט און געשמאק מיטן ראש ישיבה שליט"א. ביידע טעג פארן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט זוהר הקדוש אין סוכה פון בית המדרש און אויך ארומגערעדט דברי התחזקות. דערנאך האט מען געדאווענט מיט געשמאק, די הלל און הושענות זענען געווען גאר דערהויבן.
 
נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין דער סוכה. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט סיפורי מעשיות און גערעדט שיינע זאכן ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום טוב.
 
דעם ערשטן טאג האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון די אושפיזין "אברהם אבינו". מען זעט אז די נסיון פון דער עקידה ווערט גערעכנט פאר אונזער טאטע אברהם און נישט פאר יצחק, וואס לכאורה ער איז דער וואס האט זיך געלאזט שחט'ן פארן אייבערשטן? נאר דער טעם פארוואס די תורה שרייבט עס צו פאר אברהם אבינו איז ווייל ער האט געהאט דעם נסיון אסאך שטארקער, צוליב דעם וואס זיין נאטור איז געווען א שטיק חסד, בשעת יצחק איז געווען מדת הגבורה, וואס דאס איז א שטארקער פעסטער נאטור נישט צו מורא האבן פון גארנישט.
 
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז ווען א מענטש טוט חסד פון נאטור אויס, איז דאס נאכנישט אזא חידוש, ווי ווען ער גייט ארויס פון זיין וועג וואס קעגן זיין נאטור, דאך טוט ער דאס. דעמאלט איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן.
 
דעם צווייטן טאג האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון דעם וואס מען זעט אז יצחק אבינו איז געבוירן געווארן ווען אברהם מיט שרה זענען שוין געווען גאר אלט. שרה האט געלאכט ווען מען האט איר געזאגט אז זי גייט נאך האבן א קינד, אבער צום סוף האט דאס ווירקליך פאסירט. דאס ווייזט אונז אז מען טאר קיינמאל נישט אפמאכן "איך בין גוט אין מיין מצב וואס איך בין, איך גיי מער נישט בעטן דעם אייבערשטן ארויסצוקריכן פון מיין פראבלעם". חס ושלום אזוי צו טראכטן! דער אייבערשטער איז גרויס און קען דיר ארויסנעמען פון דיין פראבלעם וואו דו ביסט. בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג וועסטו זיכער זען א ישועה.
 
דאנערשטאג ח"י תשרי - הילולת רבינו
דאנערשטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש. א ברייטע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן פאר אין די סוכה פאר די מענער, פאר די פרויען איז געווען צוגשעטעלט אין ווייבער שול. אנשי שלומינו זענען געקומען צופארן פון איבעראל מיטצוהאלטן די יארצייט סעודה. ביי די סעודה האט מען געזונגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן און וואס מיר באקומען אלץ פון אים. אזוי אויך האט מען געזונגען נאך יום טוב'דיגע ניגונים.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש וואס האט אלעמען אנגעווארימט, ער האט גערעדט איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, בפרט די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, אז מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן. מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן.
 
יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פונדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל. דער אמת איז אבער אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
 
"מיר האלטן שוין 215 יאר נאכ'ן הסתלקות פון הייליגן רבי'ן," האט דער ראש ישיבה געזאגט, "אבער דער פייער פון רבי'ן ווערט נאר שטערקער פון יאר צו יאר. עס איז מקרב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אז זיין פייער וועט שוין ברענען ביז משיח וועט קומען." דער ראש ישיבה האט גאר שטארק געבעטן אנשי שלומינו צו האבן שכל און אנהייבן מאכן שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס דורך דעם וועט מען זיך קענען דערהאלטן אין אלע שווערע מצבים וואס מען פאלט נאר אריין.
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ספר ליקוטי מוהר"ן איז אים געווען די שווערסטע ספר צו לערנען, עס האט אים גענומען אסאך יארן ביז ער האט אנגעהויבן שפירן א טעם."ווען איינער זאל מיר זאגן אז איך וועל נאך אמאל שרייבן א שיינעם גרינגן פירוש אויף ליקוטי מוהר"ן וואס אפילו קינדער קענען פארשטיין, וואלט איך דאס נישט געקענט גלייבן, אבער דאס איז היינט די מציאות אז נאכן לערנען דעם ספר אזוי פיל מאל איז דאס היינט אן אפענער ספר פאר מיר."
 
נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה.
 
א באזונדערע באריכט פון די צווייטע טעג וועט נאכפאלגן בעז"ה