פרישע אויפוואכונג שטענדיג צו גיין אנגטון מיט ריפלעקטארס
יג כסלו תשפ"ג 📝
פארגאנגענעם וואך האט פאסירט אין מאנסי אן אומגליק ווען א קאר האט אומוועלנדיג אראפגעקלאפט א פרוי, נישט באמערקענדיג צוליב די טונקעלקייט פון די נאכט, דאס האט אויפגעשאקעלט די אידישע וועלט צו זיין פארזיכטיג צו גיין שטענדיג אין די נאכט שעות מיט רעפלעקטער כדי די קארס אויף די וועגן זאלן באמערקן דעם פיסגייער.
דער ראש ישיבה איז שטענדיג מעורר מען זאל זען צו גיין מיט ריפלעקטארס, נאך דעם פאסירונג האט דער ראש ישיבה נאכאמאל געפאדערט מען זאל פרישע מעורר זיין דעם מען זאל זען גיין מיט ריפלעקטארס סיי די מענער און סיי די פרויען בפרט אין שטעטל, וואו די גאסן זענען זייער טונקל און גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות.
אויך ביים שיעור ליל ששי שיעור פארגאנגענעם וואך האט דער ראש ישיבה גערעדט פון דעם טראגעדיע און געזאגט וואס מוהרא”ש פלעגט שטענדיג זאגן אז ווען מען גייט ארויס פון הויז זאל מען לייגן די הענט אויף די מזוזה און בעטן א קליינע תפילה “הייליגער באשעפער ברענג מיר און מיין משפחה צוריק געזונטערהייט” דאס איז א געוואלדיגע זאך וואס מוהרא”ש האט אויסגעלערנט, און אז מען געוואוינט זיך צו דאס צו טוהן און עס ווערט ווי א חלק פון די לעבן.
פאר א צייט צוריק האט מען געמאכט אין שטעטל ספעציעלע וועסטל ריפלעקטארס מיט די ברסלב’ע קרוין אויף דעם, עס איז נאך דא צובאקומען ביים באזאר אין שטעטל. אויך איז דא בעלטס ריפלעקטארס פאר די פרויען.
די בעלט ריפלקעטאר קמיע מיטן ברסלב'ע קרוין און קמיע לשמירה פון מוהרא"ש
ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם