פרישע אויפלאגע פון ספר ארך אפים אויף אידיש גייט שוין אט צום דרוק
ב שבט תשפ"ו 📝
אין די קומענדיגע טעג גייט מיט׳ן אייבערשטנ׳ס הילף, דער הייליגער ספר "ארך אפים" פון מוהרא״ש זי״ע אריין צום דרוק. דער היסטארישע ספר וואס איז שוין איבערגעדרוקט געווארן איבער הונדערט מאל, און האט איבערגעלאזט א גאר שטארקן רושם אין טויזנטער אידישע הערצער, קומט ער ארויס אין א נייעם פרישן אויפלאגע.
דער נייער אויפלאגע איז נישט סתם איבערגעדרוקט. דער יעצטיגער מהדורה ווערט פולקם פריש איבערגעארבעט. די עסקנים געבן זיך אפ דערמיט און לייגן אריין גאר אסאך ארבעט אויף יעדע ווארט יעדע שורה זאל זיין קלאר, געשמאק און ריכטיג.
מען ארבעט פון פריש איבער דער גאנצער צורת הדף, און ווערט יעצט צום ערשטן מאל ארויסגעגעבן מיט א שיינעם הארטן דעקל, אז דער ספר וואס געלערנט ווערן נאכאמאל און נאכאמאל זאל זיך בעזהשי"ת האלטן שטארק און פריש אויף לאנגע יאר.
דער ספר "ארך אפים" איז גאר שטארק געזוכט. אין א וועלט וואס ליידט פון אלע מיני גייסטישע צרות, סטרעס, פרעשור און דיפרעסיע איז דער ספר דער אקסיגען וואס לערנט אויס אידן ווי אזוי צו קענען בלייבן שטארק און פרייליך דורך די קלארע ריינע תורה'דיגע וועג, און געבט למעשה'דיגע עצות אזוי צו לעבן מיט אמונה און סבלנות אין יעדן מצב.
די אלע וואס האבן געלערנט אין דעם ספר פארציילן אז דאס האט זיי ממש געטוישט. עס געבט א נייע בליק אויף לעבן, מען באקומט מנוחת הנפש, און מען טרעפט די כחות אנצוגיין ווייטער. נאך מער, יעדעס מאל מען לערט עס איבער טרעפט מען פרישע חידושים און פרישע עצות וואס מען האט פריער נישט באמערקט.
יעצט, האלט מען שיין ביי נעילה. דער ספר גייט שוין אט צום דרוק, אבער עס זענען נאך דא מעגליכקייט זיך איינצוקויפן זכותים און פרקים אינעם ספר. דאס איז א זעלטענע געלעגנהייט צו זיין א שותף אין דער הפצה פון א ספר וואס וועט, בעזרת השם, פארשפרייטן אמונה, בטחון סבלנות און שמחה צווישן אידישע קינדער.
צו קויפן זכותים קען מען זיך ווענדן צו מו״ה לייבי ראטה הי״ו 347-578-4449.