פרישע אומאן אפדעיט: מען ענדיגט שוין דעם פונדאמענט
טז סיון תשפ"ו 📝
בסייעתא דשמיא גייט די ארבעט פאראויס מיט א שטארקן טעמפא ביים בויען דעם נייעם צווייטן בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן, הארט נעבן דעם עקזיסטירנדן בנין אויף די בילעצערקאווסקע גאס. אזוי ווי דער עולם קוקט ארויס מיט דורשט אויף פרישע נייעס, האבן מיר זיך פארבינדן מיט די ממונים איבערן קאנסטרוקציע קאמפיין צו הערן וואו מען האלט.
די פרישע נייעס איז אז די ארבעט האט זיך שטארק גערוקט אין די לעצטע צוויי וואכן; דא וועלן מיר אביסל ערקלערן וואס עס קומט פאר אונטער די קוליסן. נאכן אויסגראבן דעם טיפן גרוב פארן בעיסמענט פונעם בנין, האט מען געגאסן א דיקע פלאטפארמע פון קאנקריט וואס דעקט דעם גאנצן שטח. דאס וועט דינען אלס דער יסוד אויף וואס דער גאנצער ריזיגער בנין גייט בעז"ה שטיין.
אין די יעצטיגע טעג האלט מען אינמיטן אויסלייגן די "ריאינפארסמענט" – מען לייגט אריין דיקע אייזערנע שטאנגען (ריבאר), וואס ווערן צוזאמגעפלאכטן אויף א ספעציעלן אופן וואס מאכט אז די קאנקריט זאל זיך בעז"ה האלטן אסאך שטערקער. כדי דער בנין זאל קענען טראגן אזא הויכע סטרוקטור, לייגט מען א "דאבל לעיער" – דאס מיינט צוויי שיכטן פון אייזערנע נעצן, איינס אויפן אנדערן, וואס דאס פארטאפלט די שטארקייט בעז"ה.
גלייך נאכדעם וואס די אייזערנע יסודות וועלן זיין פארטיג, וועט מען זיך בעז"ה נעמען גיסן די וויכטיגסטע שיכט פון קאנקריט וואס וועט איבערדעקן די אייזנס, און דערנאך וועט מען זיך באלד נעמען צו די ווענט ארויף.
פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע באריכטן בעז"ה.
Polish