פרישע אומזיסטע חתונות אין ישיבה
ז חשון תשפ"ב 📝
די חתונה סעזאן איז יעצט אין איר פולסטן שוואונג, יעדע נאכט קומען פאר ברוך ה' צענדליגע חתונות אין אלע היימישע געגנטער, פאמיליע און גוטע פריינד האלטן מיט יעדן טאג נאך פרייליכע חתונות ביי זייערע נאנטע, עס דערפריידט דאס הארץ צו זען אזויפיל אידישע שטיבער וואס ווערן אויפגעשטעלט יעדן טאג לשם ולתפארת.
פון די אנדערע זייט טוט אבער וויי דאס הארץ אז אזויפיל פון די שמחות זענען נעבעך אויסגעמישט מיט פיל צער און עגמת נפש, רוב רובם פון די מחותנים קענען זיך נישט ערלויבן צו באצאלן די חתונה, אויף דעם גאר טייערן "סטאנדארט" ווי עס ווערט היינט געמאכט. מ'דארף צוזאמקראצן, זיך אנבארגן, און ליידער אפילו גנב'ענען ר"ל, נישט קענענדיג באצאלן אלעס וואס מ'דארף צושטעלן אז ס'זאל זיין אן אזוי גערופענע - "נארמאלע" חתונה.
דעריבער איז גאר דערפרישנד צו זען די חתונות וואס קומען כסדר פאר אין ישיבה, הערליכע פרייליכע געשמאקע חתונות, וואס די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, אויסער די פילע אנדערע הוצאות וואס מ'געבט נאר אויס וויפיל עס פעלט באמת אויס, נישט וואס מ'דארף נאר צו געפעלן פאר "יענעם".
מ'קען דאס נישט גלויבן און באגרייפן ביז ווען מ'זעט דאס מיט די אייגענע אויגן. די משפחות פון די מחותנים, וועלכע האלטן מיט די חתונות אין ישיבה, קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פארוואס מענטשן זענען אזוי קינדיש צו פארשווענדן געלט פאר נארישקייטן וואס קיינער האט גארנישט דערפון, אין די צייט וואס מ'זעט מיט די פליישיגע אויגן אז מ'קען אהערשטעלן אזעלכע שיינע געשמאקע חתונות פאר ממש אומזיסט, און יעדער האט אזוי שטארק הנאה דערפון.
דאס איז אויסער דעם וואס די חתונות ענדיגן זיך באצייטנס, א זאך מיט וואס יעדער איז זיך גאר שטארק מחי', מ'קען גיין שלאפן נארמאל, און אנהויבן דעם סדר היום דעם קומענדיגן טאג ווי געווענליך.
די לאנגווייליגע רעדעס און משלים מיט וואס די מספידים רופן אויס יעדן צום מצוה טאנץ, איז שוין אן אלטע פראבלעם וואס יעדער האט ביים זיך באטייליגן ביי א נאנטע משפחה שמחה. א זאך וואס מ'האט אויך צוריקגעברענגט צום ארגיענעלן וועג ווי אונזערע זיידעס פלעגן עס טון, דער שמש מאכט א "יעמוד יעמוד" אויפצורופן די זיידעס און די מחותנים צו גיין טאנצן לקראת הכלה.
די חתונות ברענגען צוריק דעם אמאליגן בא'טעמ'טן גלאנץ וואס א אידישע שמחה האט געהאט,
מ'קרויזט אויס אלע נארישקייטן וואס ווערן צוגעלייגט צו די חתונות יעדן צווייטן טאג, און נאכדעם וואס צוויי דריי נארנים טוען עס, כדי צו ווייזן פאר יעדן ווי מעכטיג זיי זענען, ווערט עס שוין ווי א "מסורה" וואס מ'טאר זיך פון דעם נישט אוועקרירן.
די עלטערע זיידעס וואס באטייליגן זיך ביי די חתונות פון זייערע אייניקלעך אין ישיבה, דרוקן זיך כסדר אויס מיט נאסטאלגיע ווי אזוי די חתונות האבן אזא אידישן טעם, ממש ווי אמאל, אן אמת'ע געשמאקע שמחה, אן די אלע צוגעלייגטע נייע זאכן.
פארגאנגענע וואך מיטוואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן מו"ה אשר קרויס הי"ו, פון די חשובע תלמידים פון ישיבה, א זון פון מו"ה משה קרויס שליט"א, פון די חשוב'ע אנשי שלומינו פון מאנטשעסטער, עב"ג בת מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן. די שמחה איז פארגעקומען אין ישיבה, מיט די באטייליגונג פון קרובים און גוטע פריינד, און מיט א הערליכן געשמאקן אידישן חן, וואס האט דערפריידט און באצויבערט אלע משתתפים.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, מיט בני חיי ומזוני רויחי וסייעתא
דשמיא.
שמח תשמח רעים האהובים!
📰 שבע ברכות מיט סיום מסכת אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו