פרישע אונטערנעמונג דורכן רענט קאמפיין: הזכרות ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן
כב שבט תשפ"א 📝
דער "רענט קאמפיין" וואס האט גענומען אויף זיך א ציל צו באצאלן די רענט פארן בנין פון די מסדות מאכט אין די טעג די לעצטע צוגרייטונגען צום גאר שיינעם מלוה מלכה און מסיבת הכרות הטוב.
ווי זיי געבן איבער ווארט אפ פאר אלע משתתפים א גאר הערליכע פראגראם און זייער שיינע דרשות. ווי אויך וועט פארטיילט ווערן גאר נוצבארע געשאנקען פאר אלע חשובע נדבנים און פאר זייערע בני בית שתחי'.
דער מלוה מלכה וועט פארקומען בעז"ה דעם דעם מוצש"ק פרשת יתרו, אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט.
אויך געט דער רענט קאמפיין איבער אז עס וועט ווערן צוגעשטעלט א באס צום מלוה מלכה פונעם ביהמ"ד אויף די האשקי גאס אין ברסלב ליבערטי, וואס וועט ארויספארן מוצש"ק אום 7:25 און וועט צוריק פארן אום 12:30. (דער באס איז נאר פאר ערוואקסענע).
דער ציבור אנשי שלומינו נעמט גאר ווארעם אויף די בשורה טובה אז דער רענט קאמפיין האט אנגעפאנגען א נייע אונטערנעמונג, צו אננעמען הזכרות און מתפלל זיין פאר די נדבנים ביים מקום מסוגל לקבלת התפלות ביים ציון פון הייליגן רבין אין אומאן. ביי סיי וועלכע געלעגענהייט ביי א שמחה צי ווען מען דארף א ישועה וועט מען קענען רופן דעם רענט קאמפיין צו מזכיר זיין אייער נאמען. אויך געבן זיי איבער אז אלע נדבנים וואס געבן פון $100 א חודש און מער, וועט מען מזכיר זיין זייערע נעמען ביים ציון פון הייליגן רבין בעז"ה יעדן ערב ראש חודש.
🌆 דער מלוה מלכה פארן רענט קאמפיין פארגאנעם יאר תש"פ