פרישע אפדעיטס פון אומאן
כו סיון תשפ"ג 📝
ווי שוין באריכטעט קען מען דערווייל נישט ארייפארן קיין פליגערס דירעקט קיין אוקריינא צוליב די מלחמה צושטאנד, און מיר האבן געמאלדן די פלענער וואס פלען איט רייט האט ארויסגעשטעלט צו מאכן צוויי טשארטערס פלייטס פון ניו יארק קיין פוילן וואס דערנאך וועט מען בעז"ה פארן מיט א טשארטער באן קיין אומאן. מיר זענען מתפלל צום אויבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, און מען זאל נאך אפילו קענען פארן דירעקט קיין אוקריינא, און יעדער זאל קענען איבערקומען זיינע פריוואטע מניעות.
אין די זעלבע צייט ארבעטן די עסקנים פון די קהילה העפטיג אז דער בנין אין אומאן זאל ווערן צוגעשטעלט מיט אלע געברויכן וואס עס פעלט נאר אויס. אין די יעצטיגע טעג טוט זיך א רייניגונג אינעם בנין, מען פרישט אלעס איבער, מען מאכט זיכער אז אלעס איז גוט מעינטענד און קעיר גענומען. אזוי אויך האט מען שוין אנגעצינדן די וואסער קוועלער, אזוי ווי דער בנין איז נישט פארבינדן צום שטאטישן וואסער סיסטעם, וואס קען ממילא נישט צושטעלן דעם ריזיגן כמות פון וואסער וואס מען פארנוצט אין די טעג פון ראש השנה, האט מען ב"ה עטליכע גוטע וואסער קוועלער, וואס מען האט שוין יעצט אנגעצינדן, און די וואסער גייט אריין אין עטליכע גיגאנטישע אונטערערדישע וואסער טענק וואס אזוי ארום וועלן די קוועלער בעז"ה קענען צושטעלן דעם ריזיגן געברויך פון אנשי שלומינו פארן מקוה, שויערס, בית הכסא, נטילת ידים.
אזוי אויך מאכט מען שוין אין די טעג די באשטעלונגען פאר די עסנווארג וואס מען וועט דארפן, מען באשטעלט שוין די פלייש, פיש, פירות, ירקות, טרונקען און אזוי ווייטער, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס אנקומען פרישערהייט אין די ריכטיגע צייט פאר יום טוב, אז מען זאל קענען צושטעלן די געשמאקע יום טוב סעודות.
דער בנין אין אומאן איז א פראיעקט וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין נאכדעם וואס מוהרא"ש זי"ע האט אים געהייסן צוזאם נעמען אנשי שלומינו מען זאל האבן א ווינקל פאר זיך, און מען פלעגט אויסגעבן ריזיגע געלטער יאר יערליך צו דינגען א פלאץ, וואס איז כסדר זייער שנעל אויסגעוואקסן פון פלאץ, ביז מען האט באשלאסן אז אן אייגענע פלאץ מיט אן אייגענע בנין וואלט געווען די פראקטישסטע און בעסטע אפציע, מען האט ב"ה מצליח געווען אפצוקויפן א שטח, ווי מען האט געבויעט דעם גרויסן בנין וואס באשטייט פון זעקס ריזיגע שטאקן, וואס כאטש מען האט געמיינט אז דאס וועט נוצן פאר גאר לאנגע יארן, האט מען אבער קיינמאל געקענט געניסן דארט פון צופיל הרחבת הדעת, ווען יעדעס יאר כאטש מען האט כסדר צוגעבויעט נאך א שטאק און נאך א שטאק, און דערנאך האט מען צוגעלייגט נאך בעטן, איז קיינמאל געווען גענוג פלאץ פאר אלעמען, און מען האט יעדעס יאר ליידער געמוזט אפזאגן די וואס זענען געקומען נאכדעם וואס עס איז שוין נישט מעגליך געווען צוצולייגן נאך פלאץ. היי יאר פרובירט מען נאך מטכס עצה צו זיין וואס מען קען טון אנצונעמען וואס מער מענטשן, און מען טראכט עצות וואס מען קען טון.
אויך אנטהאלט דער בנין א ברייטע געשמאקע מקוה מיט שויערס, א קאמערציאלע קאך ווי די עסקנים קאכן אפ אלע געשמאקע סעודות פארן ציבור. אזוי אויך אנטהאלט דער בנין א גרויסע רחבות'דיגע בית המדרש מיט הונדערטער זיצן ווי אלע קענען קומען, און אפילו די וואס האבן נישט געקענט רעזערווירן קיין בעט וועלן קענען מיטהאלטן די ווארימע תפילות און שיינע דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א במשך די ראש השנה טעג.
מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט אלע אפדעיטס וואס וועלן זיך מאכן. און נישט פארגעסן צו גיסן תפילות צו יעדע געלגענהייט מען זאל זוכה זיין צום גרויסן זכיה פון קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, א זאך וואס ער האט זייער געבעטן און געמאנט, און ער האט געזאגט "קיינער טאר נישט פעלן".