מיט גרויס שמחה גרייטן זיך אנשי שלומינו צום גרויסן מסיבה ווי מען וועט פייערן דעם באנייאונג פון דעם נייעם גרויסן בנין ווי די ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן די ספרים גייען אן מיטן גאנצן פלייס און ברען.
 
ווי שוין געמאלדן, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשטימט די צייט פונעם חנוכת הבית אויף ראש חודש אלול הבעל"ט זאגענדיג אז די חנוכת הבית פונעם בנין קרן הדפסה היכל הקודש איז די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג.
 
היות עס איז נישטא גענוג פלאץ אינעם בנין, און דער ראש ישיבה וויל נישט מען זאל חס ושלום שטערן די הדפסה פון אנגיין מיט אירע קריטיש וויכטיגע אקטיוויטעטן, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען זאל מאכן דעם מסיבה בלויז פאר די וואס האבן מנדב געווען אכצן הונדערט דאלער און העכער.
 
די אלע וואס האבן שוין געגעבן זייער נדבה פון אכצן הונדערט דאלער און ארויף וועלן בעזרת השם באקומען א פערזענליכע איינלאדענונג און האבן די געלגעגענהייט מיטצוהאלטן דעם הערליכע פראגראם, אזוי אויך וועלן זיי האבן די מעגליכקייט ארומצוגיין און זיך אומקוקן און זען מיט די אייגענע אויגן דעם גרויסן שיינעם פלאץ מיט די פילע טייערע עקוויפמענט, די פילע סארטן סאפיסטיקירטע מאשינען וואס דרוקן, קנייטשן, שניידן, סטעיפלען און בינדן יעדן טאג טויזנטער ספרים און קונטרים.
 
מיר גרייטן זיך דאך מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, און ווי די סדר איז אז מען קומט צו גאסט צו איינעם ברענגט מען עפעס א מתנה. מאכט זיכער צו קומען קיין אומאן מיט שיינע מתנות פארן רבין. היי יאר וועט איר קענען זאגן פארן רבין "איך האב גענומען א חלק אין קויפן א בנין פון וואו מען וועט פארשפרייטן דיינע זיסע עצות פאר אידן אויף דער וועלט".
 
די אלע וואס ווילן זיך נאך משתתף זיין אדער ווילן נאך אויסצאלן זייערע אפענע באלאנסן ביז ראש חודש אלול זאלן זיך וואס שנעלער ווענדן צום גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 כדי מען זאל צוגרייטן גענוג פלאץ פאר אלע חשובע נדבנים.
 
גדול יהיה כבוד הבית הזה