גרשון קרעמער
 
אנשי שלומינו גרייטן זיך שוין אין גרויסן אויפ'ן קומענדיגן ראש השנה תשפ"ז הבעל"ט. מ'קויפט שוין טיקעטס, מ'טשעקט איבער די פאספארטן צו זען אויב זיי זענען נאך וועליד, אבער יעדער ווייסט אז דער עיקר הכנה איז תפילה. עס איז קלאר, אז אפילו אויב מען האט א פאספארט, געלט און געזונט, קען מען אן תפילות נישט אנקומען צום הייליגן רבי'ן.
 
צווישן די אלע הכנות, לעכצט דער עולם צו הערן פרישע אפדעיטס איבערן נייעם בנין אין אומאן. ווער עס איז נאר געווען אינעם ביז-יעצטיגן בנין די לעצטע פאר יאר, האט געשפירט אויף די אייגענע הויט די ענגשאפט וואס הערשט דארט. אפגערעדט פון די פילע נייע מקורבים וואס קומען צו יעדעס יאר און שרייען "למה נגרע", זיי ווילן אויך זיין אינעם בנין אינאיינעם מיטן ראש ישיבה, וואס דאס איז א געוואלדיגע תענוג רוחני וגשמי.
 
דער בנין געפינט זיך ווייט פונעם גאנצן הו-הא און געפילדער פון פושקינא, וואס דאס איז א געוואלדיגע זאך וואס ברענגט אן אומבאשרייבליכע הרחבת הדעת. בפרט ווען מען קומט מיט די קינדערלעך - אונזער שווארץ אפל פון אויג - קען מען דאך נישט צומאכן אן אויג אויב מען געפינט זיך אין אן אלגעמיינעם פלאץ, וואו מען קען נישט איבערלאזן א קינד אליין אפילו פאר איין מינוט. אבער דא, ביים ראש ישיבה'ס בנין, איז עס פיל רואיגער; מען ווייסט אז די מלמדים געבן זיך אפ מיט די קינדער, מען לערנט מיט זיי, מען דאווענט מיט זיי, מען עסט מיט זיי, און מען נעמט זיי צום הייליגן ציון זאגן תיקון הכללי אינאיינעם מיט די מלמדים – א סערוויס וואס מען קען מיט געלט נישט באצאלן.
 
אויך אויף די גשמיות'דיגע זייט איז אלעס צוגעשטעלט אויפ'ן בעסטן אופן: א הערליכע גרויסע מקוה, דריי געשמאקע סעודות יעדן טאג, ברייטע צימערן צו שלאפן, און א פראכטפולער בית המדרש וואו מען קען לערנען און דאווענען. דער הויכפונקט פונעם יום טוב איז בלי ספק דאס געשמאקע דאווענען מיט'ן ראש ישיבה, וועלכער דינט אלס בעל תפילה און דאווענט פאר'ן עמוד אזוי הארציג און ווארים, וואס דאס איז מעורר יעדן איינעם צו תשובה. צוליב די אלע סיבות איז טאקע דא א שטארקע אינטערעסע ביים עולם צו הערן כסדר'דיגע אפדעיטס איבער דעם פארשריט פונעם נייעם בנין.
 
דעריבער זענען מיר פרייליך צו מעלדן אז די ארבעט רוקט זיך פאראויס מיט א שנעלן טעמפא. ברוך השם, מען האט שוין געענדיגט לייגן די "ריבאר" (די אייזענס), און מען האט שוין געגאסן די קאנקריט פאר די פוטינגס פונעם בנין.
 
(א קליינע הסבר: די ווענט פונעם בנין ווערן אנגערופן די "פאונדעישאן" (פונדאמענט), און דער אונטערשטער טייל וואס האלט די פאונדעישאן הייסט די "פוטינג" - וואס מיינט אויף פשוט אידיש "די פוס" - דאס זענען די פיס פונעם בנין, דער ברייטער חלק אונטן פונעם פונדאמענט, וואס דערויף האלט זיך דער גאנצער בנין.)
 
דא האט מען עס געמאכט אנדערש ווי געווענליך ווען מען בויט א פשוט'ע הויז. נארמאל לייגט מען די פוטינג אונטער די פאונדעישאן בלויז עטליכע פיס ברייט, אבער ביי אונזער בנין, וואס וועט זיין א קאמערציאלע געביידע פון עטליכע שטאק הויך, בויט מען עס פיל שטערקער; מען האט געמאכט די גאנצע "סלעב" (דער גאנצער פלאר פונעם בנין) זאל זיין איין ריזיגע דיקע פוטינג. דאס רופט מען א "מעט פאונדעישאן" (Mat Foundation). דער סלעב/פוטינג איז כמעט צוויי פיס הויך קאנקריט מיט ריבאר וואס באדעקט דעם גאנצן שטח.
 
אויפ'ן שטח פונעם בנין קען מען יעצט זען פילע "ריבאר" אייזענעס וואס שטעקן זיך ארויס פונעם סלעב/פוטינג. דאס איז כדי מען זאל קענען ארויפלייגן דערויף די ווענט פון די פאונדעישאן, און אזוי וועט די גאנצע סטרוקטור זיין בעז"ה איין הארטע שטיק, גענוג שטארק פאר'ן גרויסן בנין.
 
וואס איז באמת דער טעכנישער ציל פון לייגן ריבאר (אייזענע שטאנגען) אינעם קאנקריט? דער הסבר איז אזוי: צעמענט און קאנקריט זענען טאקע גאר שטארק אויף איין אופן, עס קען אויסהאלטן גאר אסאך "פרעשור" (דרוק) פון אויבן, אבער פון די אנדערע זייט, אויב עס באקומט א שטארקע זעץ אדער א שטויס פון די זייט, קען זיך עס גאנץ שנעל צוברעכן. אייזן איז פונקט פארקערט: עס קען זיך גרינגער צוקוועטשן אונטער פרעשור, אבער עס וועט זיך נישט איבערברעכן פון קיין קלעפ פון די זייט. דערפאר פלעכט מען זיי ביידע צוזאמען כדי צו האבן ביידע סארט שטארקייטן; אזא קאנקריט קען פארנעמען סיי פרעשור פון אויבן און סיי קלעפ פון די זייטן.
 
מיר האפן אייך ווייטער צו האלטן אינפארמירט איבער די ווייטערדיגע פארשריטן מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף.

 
האט איר קאמענטארן? רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com