געלויבט השי"ת אז נאך אסאך האראווניע און געלט וואס איז אריינגעלייגט געווארן, קומען בעז"ה אין די נאנטע טעג פרישע אפדעיטס צום וועבסייט.
געשעפט
בעז"ה וועט געעפענט ווערט דער "געשעפט" פעידזש דא אין וועבסייט, וואס דארט וועט מען בעז"ה קענען קויפן אלע ספרים און סידיס, עס די קארדס א.א.וו. וואס ווערט ערצייגט אינעם בית הדפוס, און מען וועט עס באקומען דעליווערט צום טיר.
שפעטער וועט בעז"ה צוקומען די מעגליכקייט צו באשטעלן די גליונות, און די בית נצחי, און עס באקומען וועכענטליך אויף די פאסט.
און מיט די צייט וועט אי"ה אויך צוקומען די אפציעס צו קענען דארט קויפן זיצן אין ביהמ"ד אין אומאן, קויפן טיקעטס צו פארן קיין אומאן, א.א.וו.
ברסלב סענטער עפּפּ
מען לייגט יעצט אריין אסאך כחות צו מאכן א ברסלב סענטער עפּפּ פארן טעלעפאן, וואס אין דעם דארף נאך אריינגעלייגט ווערן אסאך געלט און ארבעט, און מיר האפן בקרוב צו קענען אפדעיטן וואו עס האלט.
אוידיא שיעורים
עס איז ב"ה פארראכטן געווארן די טעכנישע פראבלעמען ביי די אוידיא שיעורים אפטיילונג, וואס האט צוריק געהאלטן די מעגליכקייט פון אפדעיטן די שיעורים כסדר. יעצט האט מען שוין ב"ה אנגהויבן ארויפצולייגן שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע, און בע"ה וועט עס ווערן כסדר אפדעיטעד מיט נייע שיעורים פון מוהרא"ש און פון ראש ישיבה שליט"א.
נאך אסאך בעז"ה
עס איז נאך דא גאר אסאך גראנדיעזע פלענער פארן וועבסייט אויפן צוקונפט בעז"ה. מיר האפן אייך  כסדר צו קענען אפדעיטן מיט די אנטוויקלונגען.
מהיכן ירק זה חי?
די אלע פעולות ציען אריין אין גאר אסאך הוצאות, יעצט האט איר די געוואלדיגע געלעגענהייט ארויסצוהעלפן דעם וועבסייט פינאנציעל, איר איר וועט האבן א טייל אין די געוואלדיגע פעולות וואס האבן שוין מקרב געווען גאר אסאך אידן צום אייבערשטן, און איז מחזק און מעודד טויזטנטער אידן כסדר.
 
צו מנדב זיין דרוקט דעם לינק דא