די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגער טויזנטער רופער פון איבער די גאנצע וועלט, אידן וועלכע שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורים, ניגונים, און נאך פיל מער, זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות.
אין די לעצטע שטיק צייט איז צוגעלייגט געווארן נאך פארשידענע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, וואס האט געצויגן גרויס אינטערעסע ביי אידן, וועלכע האבן זייער הנאה דערפון.
צום ערשט איז די וואך געעפנט געווארן די נייע אפטיילונג "פאמיליע ווינקל", כשמו כן הוא א געשמאקע ווינקל וואו די גאנצע פאמיליע קען הנאה האבן. דארט געפונט זיך די "מעשיות פון תפלה", ווי אידן דערציילן זייערע פערזענליכע איבערלעבענישן, ווי אזוי זיי האבן געהאט א פראבלעם, און זיי האבן מתפלל געווען און געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. דאס איז איינגעטיילט באזונדער פאר אינגעלייט, פאר בחורים, און פאר אינגלעך.
אינעם "פאמיליע ווינקל" קען מען אויך הערן די מעשיות פון הייליגן רבי'ן, פון ספר הקדוש ספורי מעשיות, דערציילט אויף גאר א געשמאקע פארנעם פאר קינדער, פון וואס די קינדער זענען זיך זייער מחי', ווי אויך איז דא אן אפטיילונג פון סיפורי צדיקים, וואו מ'קען הערן גאר הערליכע מעשיות פון צדיקים דערציילט דורך חשובע מלמדים פאר קינדער, פול מיט יראת שמים און מדות טובות, און גאר שיין און געשמאק אראפגעלייגט אז די קינדער זאלן הנאה האבן.
די "פאמיליע ווינקל", וואס איז פלאצירט אויף נומער 7 פון די מעין מעניו, האט געמאכט א שטורעם ביים היימישן עולם, און האט געצויגן צו זיך טויזנטער מענטשן וואס קומען אריין צו הערן טעגליך די פרישע פערזענליכע מעשיות ווי אזוי אידן ווערן געהאלפן פשוט דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן. מען הערט ווי אידן נוצן דעם אור אלטע אויסגעפרואווטע סגולה ביי כלל ישראל וואס קאסט גארנישט קיין געלט, עס קאסט נישט קיין כח, פשוט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, יעדער בעט דעם אייבערשטן אויף זיינע זאכן, און מ'שעפט גרויס חיזוק פון דעם צו זען אז ממש אויף יעדע זאך קען מען בעטן דעם אייבערשטן, און מ'ווערט געהאלפן ממש וואונדערליך.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט צוגעלייגט ווערן מיט די צייט נאך פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן צום "פאמיליע ווינקל".
צו די זעלבע צייט איז געעפנט געווארן נאך אפטיילונגען אויפ'ן סיסטעם. אויף נומער 6 פון די מעין מעניו איז געשטעלט געווארן דער אפטיילונג פון "שיעורים כסדרן מיטצוזאגן", אזוי ווי פילע אידן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, צו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, ובפרט צו זאגן משניות און תהלים, קען מען אויף דעם אפטיילונג הערן פארגעזאגט משניות און תהלים אויף גאר א געשמאקן בא'טעמ'טן פארנעם, אז מ'זאל עס קענען מיטזאגן סיי ווען, ביים פארן אויפ'ן וועג אדער ביי די ארבעט, אדער סיי ווי א מענטש האט נישט א ספר צו די האנט, קען ער אריינרופן און מיטזאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה.
דער אפטיילונג האלט נאך אינמיטן ווערן אפדעיטעט, משניות קען מען שוין הערן גאנץ סדר זרעים, און א גרויס חלק פון סדר מועד, און תהלים קען מען שוין הערן ביז קאפיטל ק', און עס ווערט כסדר צוגעלייגט נאך און נאך.
משניות קען מען הערן איינגעטיילט סיי לויט די מסכתות, אדער לויט'ן סדר פון ח"י פרקים א טאג, וואס אויף דעם וועג ענדיגט מען גאנץ ששה סדרי משנה יעדן חודש. תהלים איז אויך איינגעטיילט סיי לויט די קאפיטלעך, אדער לויט'ן יום השבוע, צו קענען ענדיגן תהלים יעדע וואך. גלייכצייטיג קען מען דארט אויך מיטזאגן תיקון הכללי, תפלת הדרך, און פרשת המן. עס איז ערווארטעט צו ווערן צוגעלייגט נאך זאכן פון וואס מענטשן וועלן זייער הנאה האבן.
ביי נומער 2 פון די מעין מעניו, ביי די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, איז אויך געווארן צוגעלייגט נאך 2 קנעפלעך. איינס איז אויף 2 און דערנאך 10 וואו מ'קען הערן שיעורים אויף חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'קען דארט הערן קורצערע שיעורים אין חינוך, ארויסגענומען פון די גמרא שיעורים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל דברי חיזוק והדרכה פאר די מלמדים נאכ'ן טעגליכן גמרא שיעור. און אויך קען מען הערן לענגערע שיעורים אין חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט פון צייט צו צייט.
אויף 2 און דערנאך 11 איז דא די אפטיילונג פון בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'קען דארט הערן פארגעליינט שאלות ותשובות און בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און חיזוק צו יעדן מצב.
דאס אלעס איז אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע ברייטע אויסוואלן אויפ'ן ליין. אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן.
 
ישמע חכם ויוסף לקח!