פרישע באריכטן איבער די נסיעה פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל
כז טבת תשפ"ג 📝
אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין קען מען הערן פילע שמועסן און אינטערוויוס פון די לעצטע נסיעה פונעם ראש ישיבה קיין ארץ ישראל, ווי דער עולם געבט איבער איז עס געווען אויף א גאר דערהויבענע פארנעם ווי קיינמאל בעפאר. כאטש דער סמ"ך מ"ם האט פרובירט אונטערצולייגן פיסלעך, ווען דער ראש ישיבה איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, האבן אים די גרעניץ וועכטער אויפגעהאלטן און מען האט דעם ראש ישיבה אריינגענומען אויף חקירות פאר עטליכע שעה, נאכדעם וואס מענטשן האבן ארויסגעלאזט א שמועה אז דער טייערער בחור וואס איז ליידער פארשוואונדן געווארן מיט כמעט א יאר צוריק אין די מירון געגענט זאל האבן חס ושלום עפעס א שייכות מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער אייבישטער האט געהאלפן אז ביינאכט האבן זיין געלאזט דעם ראש ישיבה גיין. מיט די אלע שוועריקייטן איז דער נסיעה דורך מיט פיל סייעתא דשמיא. ווי דער עולם פארציילט האט מען אויף דעם ראש ישיבה גארנישט אנגעזען, ער איז געווען פרייליך און נאר געהאלטן און איין מחזק זיין דעם עולם ווי גארנישט וואלט געווען.
עטליכע אינטערעסאנטע אויסצוגן פון די שמועס פון די ברודער מו"ה אברהם הערש און מו"ה יואל הי"ו וועבערמאן פון די וואך פרשת וארא:
מו"ה יוחנן שור הי"ו: "איך בין צוריק פון א נסיעה, כדי צו זיין דא, דער עולם האט זיך באלעקט די פינגער, ווען דער ראש ישיבה איז דא איך קען נישט שלאפן, דעם גאנצן וויקענד בין איך געשלאפן א דריי-פיר שעה"
דער מלמד פון ירושלים מו"ה יושע ראבינאוויטש הי"ו: "דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט ווען נישט מוהרא"ש הייסט אים, וואלט ער געזיצן מיט די קינדער ביי שלש סעודות און פארציילט פאר זיי א מעשה" אזוי אויך האט ער פארציילט איבער די שיינע באזוך פון די ראש ישיבה אין חדר, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די קינדער "וואס טוט מען אז מ'האט מורא פון א הונט? מ'זאל ווייזן די ציצית"
מו"ה מאטי היימליך הי"ו: "איך האב געזען ווי תלמדי היכל הקודש אויף די אנדערע זייט וועלט, גייען אן מיט א שטארקייט, לערנען און פאלגן די עצות"
מו"ה יעקב פיש הי"ו: "דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז זמירות שבת קודש דארף זיין מיט געשמאק. די טיר איז געווען אפן, דער ראש ישיבה האט זיכער געמאכט צו פרעגן אינמיטן זמירות, איז נישט צו קאלט..."
מו"ה יוסף זינגער הי"ו "נישטא קיין ווערטער, מיר האבן זוכה געווען צו האבן אזא ראש ישיבה"
אזוי אויך איז דא א שיינע הערליכע באריכט פון די נסיעה דורך דעם ראש ישיבה'ס איידעם מו"ה נתנאל פארקאש הי"ו ווי ער געט איבער א לאנגע דעטאלירטע באריכט פון די גאנצע נסיעה מהכל ועד כלה.
אזוי אויך זענען דא עטליכע אינטערוויוס און שמועסן מיט אנשי שלומינו ביי די אינטערוויו אפטיילונג פון מו"ה יואל טייטלבוים הי"ו און ביי די חמין מוצאי שבת מלוגמא שמועסן מיט מו"ה יעקב פיש הי"ו און מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו מיט גאר אינטערעסאנטע דעטאלן פון די נסיעה וואס לוינט זיך אויסצוהערן.