פרישע באריכטן פון די הכנות צו ראש השנה אין אומאן
כב אב תשפ"ו 📝
גרשון קרעמער
ברוך השם, די ארבעט אין אומאן פארן קומענדיגן ראש השנה איז שוין אין פולן שוואונג. אין די טעג האט מען אנגעהויבן צוריק אויפצושטעלן דעם גרויסן טענט, וואס דינט אלס דער ריזיגער עס-זאל פאר די הונדערטער משתתפים.
יעדעס יאר נאך יום טוב נעמט מען אראפ די גאנצע פלאסטיק איבערדעקונג, די לייטס און אלע צוגעהערן פונעם טענט, און עס בלייבט בלויז איבער דער אייזענער סטרוקטור. יעצט, ווען עס זענען שוין פארבליבן בלויז פינף וואכן ביז די פליגערס הייבן זיך, ארבעט די הנהלה אריין מיט גרויסע כוחות צו קענען צושטעלן אלע געברויכן און אויפנעמען דעם חשובן ציבור כראוי וכיאות.
אין דער זעלבער צייט גייען אויך אן נאך פילע צוגרייטונגען איבערן גאנצן קאמפלעקס. ארבעטער רייניגן, פאררעכטן און גרייטן צו יעדן ווינקל, בשעת מען באשטעלט שוין די גרויסע ארדערס פאר די ריזיגע קוואנטומס פון עסנווארג און אלע נויטיגע געברויכן, ווי חלות, פלייש, פיש, אויל, צוקער, טרינקען, פעיפער גודס און נאך.
וואס עס איז אונז איבערגעבליבן צו טון, איז צו מרבה זיין בתפילה. בפרט ווען מען זעט ווי די מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקראינע פלאקערט מיט א פרישקייט – כאילו עס האט יעצט ערשט אנגעהויבן. דארפן מיר זיך אויך מחזק זיין מיט התבודדות, פונקט ווי מיר וואלטן יעצט צום ערשטן מאל אין לעבן געהערט די געוואלדיגע עצה פון רעדן צום אויבערשטן אויף אידיש. עס איז כדאי דאס טאקע אריינצונעמען אין אונזערע תפילות און בעטן דעם אויבערשטן אז אלעס זאל דורכגיין בשלום, און אלע אידן זאלן קענען אנקומען קיין אומאן בשלום און זיך אומקערן אהיים בשלום.
בפרט אין די הייליגע טעג ווען מיר זענען מתפלל "ועל המדינות בו יאמר, איזו לחרב ואיזו לשלום", דארפן מיר פועלן ביים רבי'ן אין אומאן אז די אלע פעלקער זאלן שוין אראפלייגן זייערע שווערדן און אונז לאזן קומען צו זיין הייליגע ציון במנוחה, בשלום ובשלוה.
נאך מער ליגט אויף אונז א פליכט צו דאנקען דעם אויבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז. ערשטנס, אז מיר קריגן נישט אויפן צדיק, אבער נאך מער אז מיר גלייבן אינעם צדיק, מיר קומען צו אים אויף ראש השנה און מיר פאלגן זיינע עצות.
דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס אין בלויז עטליכע וואכן ארום וועלן זיך טויזנטער אידן אויפהייבן פון זייערע באקוועמע היימען, איבערלאזן די משפחה און דאס שטוב, און זיך ארויסלאזן אויף לאנגע און שווערע וועגן און רייזן שעות ארוכות; בלויז ווייל מיר גלייבן אינעם רבי'ן און מיר ווייסן וואס ער האט מבטיח געווען פאר די וואס קומען צו אים אויף ראש השנה.
מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן מיר אלע זוכה זיין צו פועל'ן ביים רבי'ן א גוט געבענטשט און זיס יאר, פאר אונז, פאר אונזערע משפחות, און פאר גאנץ כלל ישראל. אמן.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.