פרישע בית המדרש "מקור השמחה" אין קרית ברסלב ליבערטי
ט אדר א' תשפ"ב 📝
אזוי ווי - געלויבט דעם אייבערשטן - דער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי וואקסט קע"ה, סיי אין שטח, און סיי מיט איינוואוינער, דערפאר גרייטן זיך אין די טעג די איינוואוינער פונעם פרישן געגענט אינעם שטעטל אויף מאַרקס גאס צום עפענונג פונעם נייעם בית המדרש היכל הקודש, וואס וועט ווערן גערופן "בית המדרש מקור השמחה".
ביז דערווייל האט מען געדאווענט אויף צייטווייליג אין שטוב פון האברך מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, וואס האט אוועק געגעבן זיין דירה מ'זאל עס קענען נוצן אויף דערווייל פארן בית המדרש, און אין די קומענדיגע וואכן וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיך אריינצוען דאווענען אינעם נייעם בית המדרש וואס ווערט געבויעט אונטערן דירה פון האברך מו"ה רפאל פורסט הי"ו.
מו"ה רפאל הי"ו האט זיך מתנדב געווען אוועקצוגעבן א חלק פון זיין דירה, און מ'האט שוין אנגעהויבן עס איבערצובויען מיט אלע געברויכן פאר א בית המדרש.
אלע מתפללים און לייגן צו א פלייצע צום הצלחה פונעם אויפבוי פונעם בית ה'. די אחדות און הארץ וואס אנשי שלומינו ווייזן ארויס איינע צום צווייטן, איז די סיבה פארוואס עס איז אזוי געשמאק אריינצוקומען און דאווענען און לערנען אינעם בית המדרש. פון ווי עס וועט ארויסגיין פילע שעות פון תורה ותפלה והתבודדות, שיחות התחזקות, און גמילת חסדים.