פרישע גליון ברענגט אריין פרישע האפענונג אין צובראכענע הערצער
כח אב תשפ"ד 📝
כאטש עס קומען שוין ארויס זייער אסאך געשמאקע אויסגאבעס, קונטרסים, גליונות פון היכל הקודש וואס דעקט א ברייטע ספעקטרום פון נושאים, צום ביישפיל דער "גליון היכל הקודש" דינט הויפזעכליך ווי דער שבת'דיגער גליון וואס יעדער איד נעמט אהיים פון בית המדרש, און מען האט עפעס אקטועל הלכה למעשה נאכצוזאגן וואס אפילו פרויען און קינדער קענען פארשטיין, "קרית ברסלב בלטעל" איז דער באליבטער פאמיליע מאגאזין פול מיט אינטערעסאנטע נייעסלעך, ארטיקלען, מעשה'לעך פאר אלעמען אין די משפחה פון גרויס ביז קליין, דער ענגלישע גליון "דער ראש ישיבה זאגט" (די ראש ישיבה סעיז) קעיטערט פאר די ענגליש רעדנדע ציבור מיט אינספרירנדע ווערטער חיזוק אויף למעשה מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, פון "גליון שיעורי חינוך" איז ממש א שאד צו רעדן, דער גליון ווערט צוכאפט דורך אלעמען, ווייל אפילו איינער איז נישט קיין מלמד, דארף מען חיזוק כסדר צו קענען וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין אין שטוב, דער ענלישער "הבית" מאגאזין קומט ארויס יעדע עטליכע חדשים פול מיט געשמאקע ארטיקלען אינטערוויוס און חיזוק פאר די וואס ענגליש איז זייער מאמע לשון, "אשית עצות בנפשי" איז אפגעשריבן אויף לשון הקודש אויף א געשמאקע שפראך די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, און איז כסדר מחי' אלע וואס לערנען דערין. און אויב מען מעג שרייבן "העולה על כולנה" דער נייער גליון "טערעפי" וואס קומט אנצופילן דער ריזיגער חלל אויף דעם הארץ רייסענדע אישו פון מענטל העלט.
עס איז נישט קיין סוד דער מצב פון די גייסטישע געזונט היינטיגע צייטן, ווי מיר האבן שוין לעצטענס שטארק צולייגט ווי מען זעט אז אלע אויסגאבעס זענען פול מיט אדעווערטייזמענטס אויף דעם נושא, וואס ווייזט ווי דעספערט מענטשן זענען, מענטשן זענען גרייט אנצונעמען סיי וואס פון סיי וועם, אבי מען זאל שוין האבן האפענונג איינמאל ארויסצוגיין פונעם שווארצן טונעל, זאל עס הייסן ענקזייעטי, דאס מיינט אז א מענטש שפירט זיך אן א שטענדיגע אנגעצויגענקייט און דאגה, און קען נישט ארויסקריכן דערפון, אדער א מענטש פאלט אריין אין א דיפרעשאן, וואס גאר אסאך ווערן דיאגנאזירט דערמיט, דאס מיינט אז דער מענטש זעט אלעס שווארץ, און וויל שוין אויפגעבן, אדער זאל מען רעדן פון פאביעס, דאס איז פחדים, א מענטש גייט ארום דערשראקן, יעדע נייעס מאכט אויף אויפשפרינגען, ער שרעקט זיך פון יעדע בלעטל וואס פליעט, אדער זאל מען רעדן פון די יסורי הנפש וואס רופט זיך או.סי.די. - דאס זענען פייניגדע מחשבות וואס לאזן נישט צורי דעם מענטש, און דער מענטש שפירט זיך ממשך געבינדן צו זיין מוח וואס לאזט אים נישט לעבן. דערנאך זענען דא וואס ליידן אויף "פאניק אטאקעס" דאס איז א מצב וואס א מענטש פאלט אריין א געפערליכע פאניק, אז ער מיינט אז ער גייט אויס, און דערנאך הייבט ער שוין אן מורא צו האבן און ווערט אין פאניק "אפשר באקום איך א פרישע פאניק אטקאקעס", און מען ווייסט נישט וויאזוי צוברעכט מען דעם צויבער קייט פון פחדים און פאניק. דערנאך זענען דא "טראומעס" וואס איז ליידער זייער באוויסט היינט, מענטש טראגן ארום מיט זיך דער גאנצע עבר וואס ער האט געליטן פון די יונגעט, און קען נישט אנגיין און הנאה האבן פון זיין יעצטיגן לעבן, און ווער רעדט נאך פון די מכת מדינה וואס הייסט "לאו סעלף קאנפידענץ" אז א מענטש גלייבט נישט אין זיינע כחות, ער שפירט זיך אראפ געקלאפט.
און פון די אנדערע זייט איז אויך נישט קיין סוד אז אין די תורה קען מען טרעפן די ריכטיגע עצה אויף די אלע זאכן, מענטשן געבן אויס אסטראנאמישע סומעס פון געלט, צייט און כחות, אבער אן ערפאלג, ווען מען קען אלעס טרעפן בחנם אין די הייליגע תורה, בפרט ווער עס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים זעט ווי ער האט גערעדט צו אונז מיט אונזערע שוואכע מוחות און האקעלע נערוון, דער רבי רעדט פון די אלע פראבלעמען און אפפערט עצות און הדרכה צו קענען ארויסקריכן פון די אלע זאכן.
מענטשן פרעגן צומאל דעם ראש ישיבה "איר זענט אפשר א כישוף מאכער? וויאזוי האט איר געקענט נעמען דעם בחור מיט די אלע עי בי סי'ס און אלע דיסארדערס און אים שטעלן אויף די פוס ווען אלע מומחים האבן שוין אויפגעגעבן"?, דער ראש ישיבה ענטפערט דערויף אז בסך הכל געבט ער איבער דאס וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, וואס דארט ליגט די ענטפער, עס איז נישט קיין כישוף, עס איז דער הייליגער באשעפער וואס האט געגעבן אלע רפואות בפרט ווען מען רעדט פון רפואות הנפש, און עס אריינגעלייגט אין די תורה, און ווען מען פאלגט די צדיקים וואס האבן אריינגעלייגט די אלע עצות און הדרכה, זעט מען ממש וואונדער.
מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועלן די אלע זיסע ווירקזאמע עצות פארעפענטליכט ווערן אין די אלע גליונות, יעדע וואך אביסל, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט דאס זיין א געוואלדיגע תועלות פאר אלע וואס נעמען דאס אין די הענט אריין.