פרישע געניאלע ערפינדונג - א צוזאמלייג שטריימל
טו חשון תשפ"ו 📝
גרשון קרעמער
"מען קען שוין ווידער פארן קיין אומאן מיט א קליין רענצל" - זאגן מאנכע. וואס איז די מעשה? פארוואס זאל מען נישט קענען?
אין די לעצטערע יארן - זעט אויס ווי עס איז געווארן א פארמעסט צווישן די שטריימל סוחרים ווער עס קען גיין העכער. דער שרייבער געדענקט נאך אין די תקופה ווען די שטריימלעך האבן אנגעהויבן צו "וואקסן" און מען האט זיך געווערטלט "איין טאג וועלן נאך די שטריימלעך ווערן העכער ווי די ספאדיקס", דאס איז דאן געווען אן עכטע וויץ. היינט זאג אזא סטעיטמענט, און קיינער וועט נישט פארשטיין וואס דו רעדסט. "מיינסט צו זאגן אז די ספאדיקס וועלן ווערן אזוי הויך ווי די שטריימלעך"? וועט ער פרעגן.
נו, וואס איז דער פראבלעם גרשון? ווער זאגט עס איז א פראבלעם? אקעי, וואס ווילסטו צוקומען? איז אזוי. אין די לעצטע יארן איז געווארן שווערער און שווערער צו רייזן מיט א שטריימל, די שטריימל באקס איז געווארן ממש א ריזיגע רענצל פאר זיך. אויף אזוי ווייט אז דער ראש ישיבה האט געדארפט רעדן ביי די דרשות אז מען זאל נישט לאזן דעם שטריימל אינדערהיים ווען מען קומט צום רבי'ן אויף ראש השנה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען דארף קומען צום רבי'ן מיט דרך ארץ מיט א הוט און רעקל פאר די וואכן טעג, און מיט שטריימל בעקיטשע אויף שבת און יום טוב.
עס זעט אויס אז עס געקומען צו א מצב וואס מענטשן האבן געזאגט פאר די סוחרים "גענונג איז גענוג", אויב די שטריימלעך ווערן נאך אפילו מיט איין מילימעטער העכער וועט מען שוין דארפן צוצאלן פאר "אווערסייז" ביים עירפארט.
יעצט איז געקומען א שטריימל סוחר מיט א רעוואלוציאנערע איינפאל: "צוזאמלייג שטריימלעך" ער פארשפרעכט צו ערצייגן געהעריגע ברייטע הויכע שטריימלעך וואס מען וועט קענען אפטיילן די האר פונעם קאפל, עס צוזאם לייגן פלאך, און דערנאך עס צוריק באהעפטן צום קאפל מיט א וועלקרא און סנעפ, און דעטס איט: דער שטריימל איז גרייט צו באקרוינען דעם חתן.
יעצט קענען שוין די שטריימלעך ווייטער וואקסן און בליען נאך העכער און שענער ווי קיינמאל בעפאר, ביז דער שטריימל וועט אנקומען צו קומענדיגן אבסטיקל. ווייל פאר'ן שטריימל צו וואקס און ווערן העכער פון א רענצל וועט נאך האפענטליך נעמען א שטיק צייט...
מען דערציילט א מעשה אויפ'ן הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע, אז ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע איז קיינער נישט געגאנגען אויפן גאס מיט א שטריימל שבת, עס איז געווען פשוט אז "מען קען נישט גיין אזוי פאני אין אמעריקע". די גאס איז נישט דער מורה דרך פאר א צדיק, און עס קומט שבת, דער הייליגער רבי טוט זיך אן זיין שטריימל, און וויל גיין אין בית המדרש. דער רבי ווערט אויפגעציטערט "רבי, דא אין אמעריקע גייט מען נישט אזוי". דער רבי טוט נישט וואס "מען" טוט, ער טוט וואס איז ריכטיג. דער גבאי גייט ארויס מיט'ן הוט, און ער האט "בושות" ווען ער באגלייט דעם הייליגן צדיק מיט'ן מאדנעם האריגן הוט צום בית המדרש. די לצים האבן אוודאי נישט אנטוישט, "רבי", זאגט דער גבאי שטיל אינעם אויער פונעם צדיק, "מען לאכט! דער עולם שרייט אז עס איז א חילול השם". דער רבי דרייט זיך אויס צו גבאי מיט זיין זיסן שמייכל, "מען לאכט פון אייך, איר גייט מיט א הוט אום שבת"...
מיר וועלן זיך גיין אין די וועגן פון הייליגן רבי'ן, און נישט פרעגן די גאס וואס איז שיין און וואס איז נארמאל, וואס איז ריכטיג און וואס איז פראסט. מיר טוען אן שבת אונזערע שענסטע מלבושים, ווייל דא איז שיין ביים אויבערשטן. און מיר וועלן זיך נישט נאר פרייען פאר די בילדער, נאר מיר וועלן זיך פרייען מיט'ן זכות אז מיר קענען היטן שבת, מיר וועלן זינגען און טאנצן מיט די קינדער. און אזוי וועלן מיר קענען ווייטער ציען שיינע לעכטע אידישע דורות.
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער, ביטע לאזט א מעסעדזש אויף 845-445-7447, אדער אויף askgershon@gmail.com.