פרישע דורכברוך אויף היי יאר תשפ"ב: א נייע מצה בעקערי אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי
יט חשון תשפ"ב 📝
ביי אונז האלט מען נאך אינמיטן חודש חשון, און קוים וואס מיר טראכטן אז אין איבער א חודש קומט חנוכה. ביי אונז קומט נאך א לאנגע ווינטער ביזן יום טוב פסח הבעל"ט... ביים ראש ישיבה שליט"א איז שוין אבער באלד פסח.
צוליב דעם וואס די קהילה איז זיך ברוך השם אזוי שיין צואוואקסן, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז עס איז צייט אריינצושפרינגען אין א נייעם פרישן קאסטבארן פראיעקט פון בויען און אהערשטעלן א נייעם און מהודר'דיגע ברסלב'ע מצה בעקערי אינעם שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, וואס וועט מיטן אייבערשטנס הילף צושטעלן געשמאקע פיינע מצות לכבוד יום טוב פסח פארן געברויך פונעם גאנצן ציבור אנשי שלומינו.
אין די צייט האט מען שוין אנגעהויבן אנגרייטן די פלאץ פארן מצה בעקעריי, מען גייט בעז"ה בויען א גרויסן ציגלנעם אויוון, אין וואס מען וועט נאך מיטן אייבערשטנ'ס הילף אנהייבן צו באקן מצות נאך פאר היי יאר פסח הבעל"ט.
דער בעקעריי וועט בעז"ה האבן די שטרענגע השגחה פונם דיין שליט"א, וואס וועט זיכער מאכן אז די מצות זענען געבאקן מיט די העכסטע מאס כשרות שטאפלען, מיט אלע חומרות והידורים וואס עס פעלט זיך אויס.
🎞️ דער ראש ישיבה באקט מצות - ניסן תשע"ט