פרישע דעטאלן איבער די פלענער פונעם נייעם בנין אין אומאן
ו תמוז תשפ"ו 📝
די וועלט זאגט אז מיט'ן עסן קומט דער אפעטיט, און טאקע מיט יעדן באריכט וואס מיר שרייבן, זעט מען ווי דער עולם ווערט אלס מער נייגעריג צו וויסן פונקטליכע פרטים איבער וואס עס טוט זיך מיט'ן נייעם בנין.
נאך אונזערע פריערדיגע באריכטן זענען אריינגעקומען פילע ווענדונגען פונעם עולם וואס וויל הערן מער איבער'ן אויסשטעל און דעם פארמאט פונעם בנין – למשל וויפיל שטאק עס וועט האבן, וויפיל צימערן עס וועט אנטהאלטן, און אזוי ווייטער.
עס קומט זיך א גרויסן דאנק פאר די עוסקים במלאכת הקודש וועמען דער ראש ישיבה שליט"א האט באאויפטראגט זיך אפצוגעבן מיט די בוי-ארבעט, וועלכע האבן אונז איבערגעגעבן די אלע פרטים פאר'ן יעצטיגן באריכט.
אנהויב איז געווען א פלאן – ווי פילע געדענקען נאך – אז מען זאל בויען א פרישן גרויסן בנין בית המדרש, היות דער יעצטיגער איז שוין אויסגעוואקסן בלי עין הרע, אבער למעשה האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז עס איז נאכנישט די צייט דערפאר, ועוד חזון למועד. דערווייל וועט מען בויען א בנין וואס וועט דינען בעיקר פאר שלאפן און עסן.
ווען מען רעדט פונעם נייעם בנין, און מען וויל עס פארגלייכן צום עקזיסטירדן בנין, איז עס מיט כמעט גארנישט ענליך. די ערשטע זאך איז, אז דער בנין בויעט מען 'אין די הייעך' אנשטאט וואס די פריערדיגע האט מען געבויט 'אין די ברייט'.
וואס איז דער חילוק? ביים ערשטן בנין האט מען געבויעט א ריזיגע סטרוקטור און מען האט געמוזט ענדיגן יעדן גאנצן שטאק איידער מען איז געגאנגען צום קומענדיגן. דאס האט גורם געווען אז מען האט נישט געקענט אויסווארטן ביז אלע שטאקן ביז ארויף זענען געווען אינגאנצן פארטיג, און מ'איז אריין דערין בלית ברירה ווען עס איז נאר געווען גרייט אנדערטהאלבן שטאק שלאף-צימערן; יעדער פארשטייט אליין וואס עס פאסירט אין אזא בנין ווען עס רעגנט אינדרויסן. דערפאר בויעט מען דעם יעצטיגן בנין ווי פיר קלענערע בנינים אין די הייך, איינס נעבן דעם צווייטן.
מען בויעט יעצט קודם א רעלאטיוו קלענערע סטרוקטור – א בעיסמענט מיט דריי שטאק איבער דעם – וואס דאס נעמט נישט אזויפיל ריסאורסעס און צייט עס פערטיג צו מאכן אינגאנצן פון אונטן ביז אויבן. דעם ערשטן חלק פונעם בנין וועט מען שוין בעז"ה באנייען אויף דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ח. איינמאל דאס וועט זיין גרייט, וועט מען זיך נעמען צום נעקסטן פערטל. און היות יעדער חלק ווערט געבויט פאר זיך, וועט מען קענען בויען דעם צווייטן פערטל לויט דעם פארלאנג, אויב מ'וועט זען אז דער עולם זוכט עפעס אנדערש.
נאך א זאך וואס גייט דא זיין אנדערש איז דאס אז דער בנין וועט זיין אויסגעשטעלט אלס "דירות" און נישט ווי "צימערן". דאס מיינט אז אינעם יעצטיגן בנין וועט יעדע שטאק האבן צוויי דירות, און יעדע דירה וועט פארמאגן דריי שלאף-צימערן, א קיך, א דיינינג רום, און א בית הכסא מיט א שויער. יעדע צימער וועט האבן פלאץ פאר צוויי בעטן – סינגל בעטן אדער באנק בעטן – לויט דעם פארלאנג פונעם עולם.
אזוי אויך וועלן די געסט פון דעם בנין נישט עסן אינעם טענט אינאיינעם מיט'ן גאנצן עולם, נאר מען וועט פראווען די סעודות פריוואט אזויווי ביי זיך אינדערהיים מיט די משפחה. דער איינציגסטער אויסנאם וועט זיין אז די צענטראלע קיך וועט צושטעלן דאס עסן, אבער אויסער דעם וועט מען זיין גענצליך זעלבסטשטענדיג. יעדער וועט אליינס ארויפשטעלן דאס עסן אויפ'ן "האט פלעיט" ערב שבת אדער ערב יום טוב, און מען וועט זיך אליינס סערווירן און אפרוימען דעם טיש נאך די סעודות.
מיר האפן אייך ווייטער צו האלטן אינפארמירט מיט אלע מעגליכע דעטאלן, סיי איבערן בנין און סיי איבער אלעס וואס באלאנגט צו ראש השנה; פאלגט נאך די ווייטערדיגע באריכטן.
דער עיקר זאל מען נישט פארגעסן מתפלל צו זיין יעדן טאג אז די נסיעה זאל אדורכגיין גרינג, און דער אויבערשטער זאל איבערדרייען אלע מניעות לנעימות, און מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן אויך דעם קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער שיקט א טעקסט צו 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.