פרישע הייזער ווערן געבויעט אין שטעטל קרית ברסלב
טז חשון תשפ"ג 📝
אין אלע זייטן פונעם שטעטל בויעט מען יעצט פרישע הייזער פאר אנשי שלומינו וואס ווארטן אין די רייע זיך ארויסצוציען אין שטעטל און אויך קענען וואוינען אין אזא הייליגע פלאץ וואס איז ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן'ס נאטור, מיט גראז און ביימער, און עס איז אזוי געאייגענט צו שפאצירן און רעדן צום אייבערשטן ווען אימער.
אין די יעצטיגע טעג בויעט מען צוויי פרישע הייזער אויף די האשקי גאס, נאך איין הויז אויף די שטיגליץ גאס, עס איז דא נאך איין לאט אויף שטיגליץ וואס מען האט שוין געשניטן די ביימער צו מאכן גרייט פאר נאך א הויז אבער עס ווארט נאך אויף די פערמיטן פון די שטאט צו קענען אנפאנגען בויען.
אויך בויעט מען פרישע הייזער אויף רעדקליף ווי עס איז באקאנט מיטן נאמען די "פארם לאט" ווייל עס איז דארט געווען א פארם, עס איז א ריזיגע שטח פון פערציג עיקר, יעצט בויעט מען דארט פיר פרישע הייזער, עס איז אין פלאן צו בויען דארט נאך אסאך מער הייזער, אין די קומענדיגע שטיק צייט.
ווי אויך בויעט מען יעצט א פרישע געגענט פון אסאך הייזער וואס וועט זיין צו פארדינגען, דאס ווערט געבויט אויף טווין ברידזש הארט נעבן די אכט הייזער וואס איז געבויעט געווארן לעצטע יאר, מען האט שוין געגאסן די יסודות פאר אלע הייזער ברוך השם, און איין הויז האט מען שוין אנגעהויבן די פרעימינג.
פארגאנגענעם פרייטאג ערב שבת לך לך איז דער ראש ישיבה אריבערגאנגען צום שטח פון טווין ברידזש און פון רעדקליף צוזאמען מיטן בויער מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, און איבערגעגאנגען אלע פרטים וויאזוי עס גייט געבויעט ווערן און וויפיל הייזער עס גייט האבן אין זיך, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וויל האבן א גרויסער בית המדרש פאר די איינוואוינער פון דעם געגענט אויף טווין ברידזש, ווייל די בית המדרש וואס איז יעצט דא - בית המדרש "עצתו אמונה" איז שוין ברוך השם אויסגעוואקסן, דער ראש ישיבה איז איבערגעגאנגען אלע פרטים ווי גרויס דער בית המדרש זאל זיין און וואס עס זאל אלץ האבן אין זיך.
אויך האט דער ראש ישיבה געמאלדן אז דער נייער גאס אריין פון דעם נייעם געגענט אויף טווין ברידזש וועט טראגן דעם נאמען "ירושלים" און דער בית המדרש וועט הייסן "בית המדרש היכל הקודש ירושלים".
מען האפט צו בויען נאך פרישע הייזער בקרוב, עס ווענדט זיך אלץ אין די תפילות פון אנשי שלומינו אז די שטאט זאל לאזן בויען אויף אלע שטחים וואס מען האט שוין געקויפט, און אויך זאל מען קענען אפקויפן נאך שטחים.