פרישע וואסער טענק ווערן אינסטאלירט ביים בנין היכל הקודש אין אומאן
יב אלול תשפ"ד 📝
געלויבט דעם אויבערשטן אז מיר גרייטן זיך אלע צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, מיר ווייסן און געדענקען אז דער עיקר איז תפלה, און בפרט ווען עס קומט צום הייליגן רבי'נס ראש השנה וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיט אלע מיטלען צו צושטערן, הייבט זיך עס אן און ענדיגט זיך נאר מיט תפלה. זיכער דארף מען האבן א טיקעט, א פאספארט, א בעט מיט עסן, אבער דאס טוט בכלל נישט פארזיכערן אז מען וועט אנקומען, אלעס ווענדט זיך נאר אין תפלה.
איינע פון די שוועריגקייטן וואס אומאן פלעגט ברענגען מיט זיך איז די הו הא פון פושקינע, די קולות כמעט פיר און צוואנציג שעה מעת לעת פון די טויזנטער עוברים ושבים, און בפרט אז מען ברענגט מיט קינדער, איז געווען שווער צו צושטעלן די ריכטיגע שמירה וואס פעלט אויס. וואס דערמיט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט באשלאסן צו בויען א גרויסן בנין ווייט ארויס פונעם געגענט האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה, מען איז נישט אויסגעשטעלט צו די גערודער פונעם צענטער, און אזוי אויך די קינדער זענען אויפן בעסטן פלאץ. די קינדער זענען אדער אונטער די אויפזוכט פון די עלטערן, אדער פון די געטרייע מלמדים וואס נעמען נישט קיין אפרו נאכן שווערן רייזע קיין אומאן, נאר נעמען צוזאמען די קינדער, און זיי לערנען דאווענען עסן אינאיינעם, מען גייט צום הייליגן רבי'נס ציון מיט די מלמדים.
די אלע מעלות האבן צוגעברענגעט אז דער בנין איז געווארן אנגעפילט אסאך שנעלער ווי מען האט געקענט טראכטן, כאטש מען האט צוגעלייגט כסדר בעטן און צימערן איז עס געווארן איבערגעפילט. און כאטש מען האט פון גלייך פון אנפאנג אינסטאלירט ריזיגע וואסער טענק וואס זאל קענען האלטן גענוג וואסער פארן גאנצן יום טוב, מיט יעדעס יאר זענען צוגעקומען נאך אנשי שלומינו האט מען צוגעלייגט נאך טענק מיט די האפענונג עס זאל קלעקן פאר'ן גאנצן יום טוב. היי יאר ווערט ערווארטעט בערך זעקס הונדערט געסט איינצושטיין אינעם בנין און נאך דערצו אז עס קומט דריי טעג יום טוב, ווילן די עסקנים פרובירן אז עס זאל נאך אלץ זיין גענוג וואסער סיי פאר נטילת ידים, נעגל וואסער, מקוה, שויערס און אזוי ווייטער, האט מען באשטעלט פרישע ריזיגע טענג אין צוגאב צו די אלע פריערדיגע, צו פארמערן די וואסער קאפעסיטי פונעם בנין פאר דעם ריזיגן ציבור.
אויסער דעם האט מען אריינגעלייגט נאך פילע תיקונים און פארבעסערונג אין און ארום דעם בנין, טייל וועלכע מען האט שוין באריכטעט ווי פארגרעסערן דעם מקוה, און צובויען דעם גרויסן אהל הרחבת הדעת. אבער עס איז דא נאך זאכן וואס מיר וועלן זיך פרייען צו באריכטן פאר אנשי שלומינו, ווי נאר די אפדעיטס וועלן אריינקומען.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער יום טוב זאל אריבערגיין אויף אנשי שלומינו געשמאק און שיין, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט, אויספועלן פאר זיך פאר די משפחה פאר גאנץ כלל ישראל א זיס און לעכטיג יאר ברוחניות ובגשמיות, א שנת גאולה וישועה.