פרישע וועכענטליכע קונטרסים אשית עצות בנפשי
יט אלול תשפ"ג 📝
אין די טעג איז נתגלה געווארן א פרישע אור אין היכל הקודש וואס רופט זיך קונטרס "אשית עצות בנפשי". דער קונטרס וואס קומט שוין ארויס פאר עטליכע חדשים אין ארץ ישראל און ווערט געשריבן דורך הר"ר יואל לעווי שליט"א פון ארץ ישראל, האט יעצט בהסכמת הראש ישיבה אנגעהויבן צו פארשפרייט ווערן פאר אלע אנשי שלומינו.
די וועכענטליכע קונטרסים אנטהאלטן די ליל שישי שיעורים פון ראש ישיבה וואס זענען רעקארדירט געווארן איבערגעשריבן אין א גאר געשמאקע שפראך אויף א גרינגע לשון הקודש, און צוגאב ווערט צוגעלייגט נאך א שמועס פון ראש ישיבה ביי פארשידענע געלעגענהייטן.
דאס פילט אן א גרויסע חלל וואס האט נאך געפעלט ביז יעצט, ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש זאגן אז א זאך וואס ווערט נישט אפגעשריבן ווערט פארלוירן, אבער א זאך וואס ווערט געדרוקט בלייבט לדורות עולם, ברוך ה' אז די שיעורים פון שבת קודש ווערט שוין אראפ געשריבן א לענגערע צייט, אזוי אויך די שיעורי חינוך. יעצט איז געקומען די רייע אז אויך די הערליכע ליל שישי שיעורים זאלן ווערן געדרוקט און פארשפרייט.
ווי הר"ר יואל פארציילט אונז האט זיך עס אנגעהויבן נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן אפצושרייבן פשוט נאטיצן און נקודות פונעם שיעור, כדי ער זאל געדענקען וואס מען האט גערעדט, אבער די חברים האבן אנגעהויבן צו בעטן אז ער זאל זיין מזכה זיין מיט קאפיעס, און אזוי האט מען עס צוביסלעך אויך אנגעהויבן צו אפטייפן בעפאר מען האט עס געקאפיט, ביז עס איז ברוך ה' אנטוויקעלט געווארן די הערליכע קונטרס "אשית עצות בנפשי".
דאס איז די ערשטע מאל וואס די גאנצע שיעורים פון ראש ישיבה ווערן געדרוקט, און ווי די ליינער זאגן גייט אריין אין די ביינער און איז משפיע חיזוק און אמונה. בפרט זענען זיך מחי' די וואס האבן נישט קיין געלעגענהייט צו הערן די שיעורים אויפן טעלעפאן, אדער די וואס ווילן לערנען די שיעורים אום שבת קודש, אדער די וואס פארשטייען נישט קיין אידיש.
אויך זאגט ער אז די נאמען אשית עצות בנפשי, איז געגעבן ווייל "אשית" די ערשטע דריי אותיות איז ראשי תיבות מוהרא"ש'ס נאמען מיטן ראש ישיבה'ס נאמען און ת' איז תורת, און "עצות" שטימט מיטן נאמען פון די ספר פון די בריוו פון ראש ישיבה "עצתו אמונה", וואס דאס לערנט מען "בנפשי" יעדער נעמט עס אויף למעשה צו שטייגן אין אמונה טהורה, תורה, תפלה און עבודת ה'.
מען קען עס באקומען ביי אלע צענטערן פון הדפסה אין ארץ ישראל און אין אמעריקע. אדער קען מען עס בעטן אויף ushiseb@gmail.com. אויך וועט מען עס קענען דאונלאודן בעז"ה יעדע וואך אויף אונזער וועבסייט ביי די ספרים אפטיילונג ברסלב סענטער.קאם / ספרים / גליונות / אשית עצות בנפשי