מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן האט מען אנגעהויבן דעם נייעם לערן יאר אין די הייליגע מוסדות "היכל הקודש" איבער אלע שטעט. ווי איינגעפירט אין אונזערע מוסדות הויבן אן די אינגלעך און די בחורים דעם נייעם זמן אום אסרו חג סוכות.
 
דער זמן האט זיך טאקע אנגעהויבן מיט א שטארקע פרישקייט, די קינדער זיצן מיט די מלמדים און לערנען פלייסיג, דאווענען ערליך, און פילן זיך אן מיט אמונה און יראת שמים, מיט תורה און תפלה און מדות טובות.
 
אין א טעגליכע בריוו די וואך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "מען הויבט היינט אן די נייע כיתות אין תלמוד תורה, זע צו שיקן דיין קינד מיט אלע ספרים וואס ער דארף האבן; זיי נישט פויל, און גארנישט זאל דיר זיין חשוב'ער ווי דיין זונ'ס לערנען תורה, ווייל לעולם וואלסטו געדארפט זיצן מיט דיינע קינדער א גאנצן טאג לערנען תורה, מקיים זיין די מצוה פון "ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם", נאר מען קען מאכן א שליח, דער מלמד זאל לערנען, און אזוי איז מען מקיים די מצוה, אבער א שליח דארף מען מאכן, מען דארף זיך וויסנדיג מאכן, זאלסטו אים קויפן די ספרים וואס ער דארף, א סידור וכו'.
 
לויב אויס די נייע מלמדים און לערערינס פאר דיינע קינדער, און אז דיין קינד וועט היינט אהיים קומען מיט א לאנגע נאז, באבלאזן, עפעס חוזק ווערטער אויפן מלמד - זאלסטו נישט זיין קיין קליין קינד און מיט זינגען זיין ניגון און חוזק מאכן, נאר זיי קלוג און זאג אים: "דו האסט די בעסטע מלמד", און "דו האסט די בעסטע טיטשער"." מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר ווייטער מצליח זיין, און זען אסאך אידיש נחת פון די טייערע קינדערלעך.