פרישע חתונה אין היכל הישיבה קומענדיגע וואך מאנטאג משפטים
יח שבט תשע"ט 📝
דעם קומענדיגן מאנטאג פ' משפטים וועט אי"ה פארקומען די חתונה פון הבה"ח לייבי הי"ו בן מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו, עב"ג בת מו"ה יצחק קאפלאן הי"ו. די חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג.
ווי ביי די פריערדיגע חתונות, וועט דאס מאל אויך אלעס ווערן צוגעשטעלט גענצליך אומזיסט פאר ביידע זייטן, אלע משפחות פון די קהלה לייגן צו א האנט צוצושטעלן אלע געברויכן פון די חתונה, און גלייכצייטיג איז ערווארטעט אז דאס וואס זיין גאר א פרייליכע חתונה, ווי ביי די פריערדיגע חתונות אין ישיבה.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז ס'איז זאל א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים געזונטערהייט.
מיט די פארמערונג פון חתונות אין היכל הישיבה, ווערט פון איין זייט די רעש פון "א חתונה אין בית המדרש" שטילער, אבער פון די אנדערע זייט שרייעט די שטילקייט אזש עס קען ממש טויב מאכן די אויערן.
פאר אן אפהאנדלונג איבער די פילע חתונות אין ישיבה, ליינט דעם פרישן ארטיקל (לינק בייגעלייגט פון אונטן)
ארטיקל: ס'מערן זיך חתונות אין היכל הישיבה