שוין א לענגערע תקופה וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט ארום איבער זיין ווילן ארויסצוברענגען די הייליגע ישיבה תפארת התורה צום שטעטל, א זאך וואס האט זיך דערווייל נישט אויסגעארבעט.
 
אבער יעצט געלויבט דעם אויבערשטן אז די קהלה וואקסט, און מער און מער בחורים פון ישיבה זענען קינדער וואס זענען שוין אויפגעוואקסן אין היכל הקודש, און יעצט ביים אנהייב פון די נייע זמן האבן עטליכע עלטערן וואס וואוינען אין שטעטל געטראכט אריינצושיקן די אינגע בחורים קיין וויליאמסבורג צום ישיבה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער זעט די יעצטיגע געלעגענהייט אלץ א פאסיגע צייט אנצוהייבן איבערפלאנצן די ישיבה אין שטעטל צוביסלעך.
 
און דערפאר האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז מען עפענט אויף א פרישע ישיבה קטנה פאר די אינגע בחרוים אין שטעטל. דער נייער ישיבה וואס שטייט בראש פונעם ראש ישיבה שליט"א איז שוין אפן ב"ה און גייט אן מיט א שטארקייט, דער ראש ישיבה שליט"א געבט יעדן טאג א דרשה פאר די בחורים דורך א הוק אפ, מיט חיזוק און הדרכה.
 
בחורים פון אויסער די שטעטל וואס ווילן וועלן קענען קומען לערנען לערנען אין די נייע ישיבה, אבער דערווייל וועט עס זיין אן קיין דארמיטארי, און זיי וועלן זיך דארפן טרעפן א פלאץ וואו איינצושטיין.
 
דער ראש ישיבה איז זייער פרייליך מיט די נייע ישיבה, און האט עס גענומען ווי זיין נייע פראיעקט, און זאגט אז ער וועט זיך בעז"ה אריינלייגן אריינצוגעבן אין די בחורים די אלע עצות פון רבין ווי מוהרא"ש האט געלערענט, בפרט די סדר דרך הלימוד, דרך ארץ און מידות טובות, אמונה און תמימות, רעדן צום אויבערשטן, און און אזוי ווייטער.
 
לעת עתה האט מען אויפגענומען די ערשטע מגידי שיעור פאר די נייע ישיבה תלמידי חכמים און יראי ה' הר"ר יוסף שניצלער שליט"א און הר"ר אלחנן ראטה שליט"א.
 
דערווייל האט מען זיך פלאצירט אויף צייטווייליג אין בית המדרש אין שטעטל, אבער אין די יעצטיגע טעג ענדיגט מען בויען א בנין ספעציעל פאר די ישיבה קטנה, וואס מען האפט צו קענען אריינגיין אין די נאנטע וואכן.