מען דארף נישט זאגן פאר אנשי שלומינו וואס קול ברסלב איז. קול ברסלב איז פון די גרעסטע הפצה אפאראטן וואס גייט אן אין די קהלה. די האטליין איז געעפנט געווארן מיט בערך צוואנציג יאר צוריק דורך תלמידי מוהרא"ש זי"ע, צוערשט מיט'ן ציל צו קענען מיטהאלטן הוק אפס פון מוהרא"ש'ס שיעורים פאר ווער עס איז נישט אנגעקומען.
 
אביסל שפעטער האט מען צוגעלייגט א רעקארדינג איבערצוהערן דעם לעצטן שיעור. דאן פלעגט די ליין האבן גאנצע 2 קנעפלעך: 1 פאר "לייוו הוק אפ", און 2 צו "הערן די לעצטע שיעור". מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ ווארטן ביי די שיעורים און זיכער געמאכט אז דער הוק אפ טעלעפאן איז אנגעצינדן בעפאר ער האט אנגעהויבן דעם שיעור.
 
אין אנפאנג פלעגט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א עס אנפירן. פאר גאר א לאנגע תקופה שפעטער פלעגט עס דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אנפירן. אונטער אים האט זיך די טעלעפאן ליניע גאר שטארק פארברייטערט, מיט גאר אסאך פרישע קנעפלעך. צום לעצט איז עס אריבער צו מו"ה משה עקשטיין הי"ו וועלכער האט עס נאך גאר שטארק בארייכערט מיט נאך אסאך געשמאקע און אינהאלטפולע פראגראמען און אפטיילונגען. די טעלעפאן ליניע ווערט אויסגעהאלטן פינאנציעל דורך דעם אלעמען באקאנטן "בית הדפוס" וואס איז דער אדרעס וואס שטייט צו די האנט פאר יעדע סארט הפצה וואס איז שייך.
 
היינט זענען דא גאר אסאך אפציעס און קנעפלעך וואס מ'קען הערן. און יעדער קען טרעפן עפעס וואס רעדט צו אים, א קנעפל וואס דערמאנט אים אז דער אויבערשטער איז מיט אים, א שיעור וואס וועקט אים אויף פון שלאף. צווישן די גאר פאפולערע קנעפלעך געפינען זיך: טעגליכע חיזוק, עניני דיומא, שיעורי תורה (שיעורים אין בבלי, משניות, נ"ך, ירושלמי, רמב"ם, שו"ע, ליקוטי מוהר"ן, הלכה, שיעורים מיטצוזאגן, ספר המידות), שמועסן און אנאליזן (פערזענליכע מעשיות פון הפצה און תפלה, אינהאלטסרייכע אינטערוויוס, חמין במוצאי שבת פראגראם, וואס טוט זיך אין חדר, א בליק מיט די ברסלב'ע ברידער, שבתים ביים ראש ישיבה, הנהלה אפדעיטס, קרעמל, חידוש אויף די פרשה, אינוועסטמענט ווינקל, לעובדא ולמעשה, א פשוט'ע מיטוואך), קינדער ווינקל (קינדער רייד, טעגליכע מעשה, סיפורי צדיקים, מעשיות פון תפלה, מעשיות מיט ניגונים, מעשיות מיט ספר המדות, ימים טובים, קרית ברסלב בלעטל, לאנטש אין חדר, אומאן פראגראם), היכל נגינה (מוזיק אלבומס, גראמען, לעבעדיגע ניגונים, נוסח התפלה, ספירה ניגונים) און נאך פיל.
 
מען הערט ב"ה כסדר צוריק גאר גוטע גריסן פון אידן פון איבער די גאנצע וועלט, וועלכע לאזן איבער מעסעדזשעס ווי זיי זענען זיך מחיה מיט די שיעורים, און ווי עס האט זיי געשטעלט אויף די פיס. אבער צוליב די גרויסע נאכפראגע האט זיך געקענט מאכן די לעצטע צייט אז ווען מען האט אריינגערופן האט מען באקומען א מעסעדזש "max line reached", דער ליניע האט דערגרייכט די מאקסימום מענטשן וואס קענען אריינרופן אויף איינמאל. בפרט האט זיך עס געמאכט ליל שישי ווען הונדערטער אידן ווילן אויסהערן די לייוו הוק אפ שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין די זעלבע צייט.
 
דערפאר האט דער קרן הדפסה באשלאסן אויסצוברייטערן דעם ליין, און געקויפט גאר אסאך פרישע ליינס. מען האט פארברייטערט דעם צאל ליניעס מיט פינף און צוואנציג פראצענט. אבער מ'האפט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אז ס'זאל "נישט" זיין גענוג, און מען זאל גאר שנעל זען אז מען קען שוין ווייטער נישט צוקומען, און דאן וועט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צולייגן פרישע ליינס, וויפיל עס וועט אויספעלן.
 
דער ליין ווערט אנגעפירט און אנגעפילט דורך צענדליגע אינגעלייט וואלונטירן. יעדער וויל נעמען א חלק אין די גרויסע הפצה; איינער איז מגיה די אינטערוויוס, א צווייטער לייגט אריין די שיעורים, עטליכע מאכן אינטערוויוס, שמועסן און פראגראמען, און אזוי ווייטער.
 
דער אייבערשטער וועט זיכער העלפן אז אלע וואס האבן א חלק אין מחזק זיין אידישע קינדער, זיי דערמאנען אז אויך זיי קענען תשובה טון, וועלן זען ברכה והצלחה בכל מעשה ידיהם.