א גאר ווינדערליכע מוזיק ווידיא איז נארוואס ערשינען אויף די באקאנטע ניגון פונעם ראש ישיבה שליט"א "באשעפער העלף אונז לעבן בשלום", ווי מען זעט אויפגעשפילט דעם גאנצן ניגון אויף א קונצליכן אופן דורך א "זאמד מעלער" ווי א מענטש קען זוכה זיין צו האבן א זיס לעבן מיט זיין באשערטע שידוך וואס דער אייבישטער האט אים געגעבן דורך זען נאר די מעלות וואס זיין פּאָר האט, און נישט קוקן אויף קיין אנדערן, אזוי אויך דארף א מענטש בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זיין גוט אין שטוב, רעדן שיין, פארגינען א גוט ווארט, און בעיקר מוותר זיין.
 
זעט דעם ניגון און האט הנאה
 
דאס זענען די ווערטער פונעם ניגון:
 
באשעפער העלף אונז לעבן בשלום...
ווי טויבעלעך אין א זיסע חלום...
א שיינע שטוב... מ'האט זיך ליב...
מ'רעדט נאר שיין... די לופט איז ריין...
א רואיגקייט... א ווארעמקייט...
אזוי פרייליך... אזוי הערליך...
 
טאטע געב מיר מידות,
איך זאל האבן סבלנות,
די שענסטע זאך אין לעבן,
קענען יענעם נאכגעבן.
נישט וועלן זיין גערעכט,
נישט רעדן מיט א שטעך.
 
טאטע געב מיר שכל,
צו פארגינען א שמייכל,
נאר זען די גוטס ביי מיר,
נישט קוק אויף נענעמ'ס טיר,
ווייל קיינער האט נישט אלעס,
לאמיר זען מיינע מעלות.
 
נישט קוקן אויף די שכנים,
נישט מקנא זיין קיינעם,
ס'איז אלעס נאר דמיונות,
יעדער האט זיינע נסיונות.
 
באשעפער העלף אונז לעבן בשלום...
ווי טויבעלעך אין א זיסע חלום...
א שיינע שטוב... מ'האט זיך ליב...
מ'רעדט נאר שיין... די לופט איז ריין...
א רואיגקייט... א ווארעמקייט...
אזוי פרייליך... אזוי הערליך...



מיין לעבן איז פארלאשן,
בארינג און אויסגעלאשן,
איך האב נישט ליב מיין הויז,
איך וויל נאר גיין ארויס.
 
איך לעב אן א טעם,
אבי יוצא צו זיין,
אלעס איז "מהיכא תתי",
אן קיין אינטערעסע.
 
איך פיל אזוי שלעכט,
אז מ'קריגט זיך טעג און נעכט,
אונז ביידע האלט עכט,
אז "נאר איך בין גערעכט".
 
געבן מיר כח טאטע,
איך זאל זיין א מוותר,
זיך פירן אין שטוב מייט שיינעם,
פארברענגען אינאיינעם.
 
באשעפער העלף אונז לעבן בשלום...
ווי טויבעלעך אין א זיסע חלום...
א שיינע שטוב... מ'האט זיך ליב...
מ'רעדט נאר שיין... די לופט איז ריין...
א רואיגקייט... א ווארעמקייט...
אזוי פרייליך... אזוי הערליך...



איך ווייס, ס'קען נאך זיין,
אונזער לעבן זאל ווערן שיין,
אז איך וועל אוועקלייגן מיין גאווה,
און לעבן מיט אהבה.
 
נאר רעדן שיינע זאכן,
און זיך פריילייך מאכן,
אזוי ווי די ערליכע אידן,
וואס לעבן רואיג און צופרידן.
 
באשעפער העלף אונז לעבן בשלום...
ווי טויבעלעך אין א זיסע חלום...
א שיינע שטוב... מ'האט זיך ליב...
מ'רעדט נאר שיין... די לופט איז ריין...
א רואיגקייט... א ווארעמקייט...
 
אזוי פרייליך... אזוי הערליך...