פרישע מחזור פונעם לימוד יומי אין נ"ך
יב אב תשפ"ב 📝
מען האט בלויז עטליכע טעג נאכ'ן אנהויבן מיט א פרישקייט די טעגליכע לימוד אין תוספתא, און שוין הויבט מען אן פון פריש די לימוד יומי אין נ"ך.
היינט דינסטאג ואתחנן הויבט מען אן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דעם ניינטן מחזור, צו לערנען יעדן טאג צוויי קאפיטלעך אין נ"ך.
דער לימוד האט זיך אנגעהויבן אין ישיבה, פילע אנשי שלומינו האבן זיך קובע געווען צו לערנען יעדן טאג צוויי קאפיטלעך אין נ"ך, און זיי זענען זיך ממש מחי' דערמיט. דער הייליגער רבי האט געזאגט אז נ"ך איז זיין מוסר ספר, ווען מען לערנט נ"ך וועקט מען זיך אויף צוריק צו קומען צום
אייבערשטן.
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט גאנץ נ"ך, מען קען הערן די שיעורים אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליניע, מען קען עס טרעפן דורכן דרוקן 1 פאר אידיש, דערנאך 2 פאר שיעורים פונעם ראש ישיבה, און 8 פאר די שיעורים אין נ"ך.
דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר די הייליגע קאפיטלעך בטוב טעם ודעת, געשמאק און פשוט, און אלס א באנוס איז דא כמעט נאך יעדע קאפיטל גאר שיינע אייגנארטיגע דברי התחזקות. פילע אידן וואס האבן אויסגעהערט די שיעורים זאגן אז דאס האט זיי גאר שטארק ארויסגעהאלפן, זיי האבן זיך ממש מחי' געווען מיט די שיעורים, איינער פון אנשי שלומינו
וואס איז אריבער גאר א שווערע דורכגאנג האט דערציילט אז דוקא די שיעורים אין נ"ך האבן אים ממש דערהאלטן ביים לעבן צו קענען ווייטער אנגיין.
לאמיר זיך אויפפרישן און אנהויבן לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג, דאס איז דאך די גאנצע חיות פון א איד, דאס געבט עסן פאר די נשמה, מען באקומט א סיפוק אין לעבן.
דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן סימן ע"ו), א וועג ווי אזוי יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין צו לערנען תורה יעדן טאג, דער רבי זאגט אז עס איז גענוג בלויז צו זאגן די ווערטער פון תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט און מען געדענקט נישט וואס מען לערנט.
קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען, ווער עס האט א מויל מיט ציינער קען זיך מאכן שיעורים יעדן טאג אין די הייליגע תורה, מען דארף נישט קיין חברותא, מען דארף נישט קיין מגיד שיעור, און מען דארף אפילו נישט צופיל איבריג צייט. לאמיר ארויסכאפן יעדן טאג אביסל תורה, מען דארף עס נאר אמאל פארזוכן און שפירן דעם געוואלדיגן געשמאק וואס דאס ברענגט אין לעבן אפילו אויף די וועלט, שוין אפגערעדט די גרויסע שכר וואס ווארט אונז אפ פאר יעדע ווארט תורה אויף
יענע וועלט.
מתוקים מדבש ונופת צופים!