פרישע ניגון "ודע שלעתיד" פון ר' יוסי גרין ווערט שטארק אויפגעכאפט
י חשון תשפ"ה 📝
זייענדיג צוגאסט אין בארא פארק אין א פרעמדע בית המדרש אלס פרישע אינגערמאן, האט ער געזוכט עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען, און האט געטראפן ערגעץ פארשטעקט צווישן די ספרים א קליין אומשולדיג קונטרס'ל "סדר דרך הלימוד", ער האט אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין אבער האט עס נישט געקענט אראפלייגן, "וואס וועט זיין מיט מיר?" האט ער געטראכט צו זיך, "יעדן טאג זאג איך צו אז נעקסטע וואך, נעקסטע חודש הייב איך אן צו לערנען מיט אן אמת'דיגקייט, אבער עס אזוי איז שוין דורך עטליכע יאר אן דעם וואס איך זאל עפענען א אידיש ספר". ער האט באשלאסן צו פאלגן דעם הייליגן ספר וואס ער האט נאך דאן נישט געוויסט ווער עס האט איר מחבר געווען, און נאך יענע נאכט האט ער געמאכט א שיעור אין "זאגן" א בלאט גמרא, א זאך וואס ער האלט שוין אן פאר צענדליגע יארן, און האט שוין אזוי זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס עטליכע מאל.
דאס פארציילט דער בארימטער קאמפאזיטער ר' יוסי גרין אויף אן אינטערוויו פאר ברסלב סענטער (אויך טיילווייז קען מען עס הערן דא) און דערפאר האט ער שוין געמאכט עטליכע ניגונים איבער דעם הייליגן רבינס סדר דרך הלימוד, איין בארימטע ניגון איז "מעלת ריבוי הלימוד" ווי ר' יוסי זינגט אפ דעם "סדר דרך הלימוד" אין שיחה ע"ו, און יעצט האט ער מחבר געווען א פרישע ניגון אויף די ווערטער פון הייליגן רבי'ן וואס באציעט זיך צו דעם אז א מענטש זאל וויסן אז נאך זיין פטירה וועט מען אים דערמאנען אלעס וואס ער האט געלערענט אפילו אויב ער האט עס שוין פארגעסן, אויך - זאגט דער הייליגער רבי דארט - ווען א מענטש הערט תורה פונעם צדיק און ער פארשטייט עס נישט, לעתיד לבוא וועט ער עס פארשטיין, ווייל דער עיקר תורה - זאגט דער רבי - איז פאר די נשמה.
די נייעס קומט אין די זעלבע צייט וואס א איד פארציילט אין בית המדרש אז ער האט שוין אזויפיל מאל געהערט אין בית המדרש אז מען זאל מעביר סדרה זיין פון זונטאג, האט ער פאריגע וואך זונטאג נאכן דאווענען אנגעהויבן פרשת לך לך ביז שני, נאכן דאווענען האט ער געגעבן א היטש פאר א איד, אן ערליכער איד א תמים, ער מיינט זיכער נישט קיין שלעכטס, אבער איז נעבעך אפגעריסן פונעם רעאליטעט, און דער אינגערמאן פארציילט פאר דעם עלטערן איד מיט א שמחה "היינט האב איך געעפענט א חומש צו מעביר סדרה זיין, איך האב געענדיגט ביז שני, און אזוי האף איך צו ענדיגן מעביר סדרה זיין א פרשה צום ערשטן מאל אין פערצן יאר!", אבער דער ווייסער פרומער יצר הרע רופט זיך אן צו דעם אינגערמאן, "עס איז נישט אזוי פשוט, דאס איז נישט לכתחילה!", און ליידער איז דורך א פרישע וואך וואס דער אינגערמאן האט נישט מעביר סדרה געווען.
איר האט שוין אמאל געזען דעם סארט אינגערמאן וואס וויל אוועקנעמען די אפעטיט פון זיין שכן ביים חתונה "איך מיין נישט גארנישט, איך וויל נאר זאלסט וויסן, די מעל פון די חלה איז געבליטשט, די פיש איז פול מיט אנטיביאטיק, און די פלייש איז דזשענטיקלי מאדיפייד, דו עס סם המוות", וואס וואלט איר געענטפערט פאר דעם אנשיקעניש?
איך וואלט געשמייכעלט צו אים און געזאגט "אזוי?", און ווייטער געגעסן פון די פיינע געשמאקע געבליטשע חלה, גענידלטע אייער, און געווארן זאט, בשעת ער עסט קוקט מיט קנאה און בלייבט הונגעריג. מיר וועלן ווייטער מעביר סדרה זיין מיט די פיינע זיסע וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, דער פרומער יצר הרע האט נישט קיין וועג איך זאל אויך זאט ווערן, דאן וואס וויל ער פון מיר?
די ווערטער פונעם ניגון (שיחת הר"ן, סימן כ"ו) איז "וְדַע, שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח. גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ, לֶעָתִיד בָּעוֹלָם הַבָּא יָבִינוּ. כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת, שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה".
הערט דא דעם ניגון