פון: גרשון קרעמער
 
גוטע בשורות פאר אלע חשוב'ע הצלה מעמבערס און וואלונטיר פייערפייטערס: דער גאווערנער האט אונטערגעשריבן א נייע געזעץ וואס פארגרעסערט מיט פיר מאל דעם סטעיט טעקס קרעדיט פאר די אלע וואס געבן זיך אוועק אלס וואלונטירן ביי א פייער קאמפאני אדער ביי הצלה.
 
ביז היינט האט א וואלונטיר באקומען א שטייער קרעדיט פון צוויי הונדערט דאלער א יאר, און א פארפאלק וואס פיילט אינאיינעם – ביז פיר הונדערט דאלער. דער יעצטיגער נייער קרעדיט וועט אבער געבן ביז אכט הונדערט דאלער פאר א יחיד, און ביז זעכצן הונדערט דאלער פאר א פארפאלק – אויב ביידע זענען וואלונטירן.
 
מען דארף אבער באמערקן אז דער נייער קרעדיט גייט נאכנישט אריין אין קראפט היינט. דער נייער קרעדיט הייבט זיך אן פונעם קומענדיגן טעקס למספרם יאר 2027, דאס מיינט אז מ'וועט עס קענען באקומען ערשט ווען מ'פיילט די טעקסעס א יאר דערויף; ביז דערווייל בלייבט נאך אלץ דער אלטער קרעדיט.
 
עס איז דאך נישט צום באגרייפן די ברייטע הארץ פון א הצלה מעמבער אדער א וואלונטיר. אינמיטן די שבת סעודה, אינמיטן די טיפע נאכט, אדער אינמיטן א שמחה, לאזט ער אלעס איבער און לויפט ראטעווען א איד, לעשן א פייער, אדער פיקסן א רעדל.
 
מיט דעם גייען אידישע קינדער אין די וועגן פון אונזער הייליגן זיידן אברהם אבינו, וואס אפילו ווען ער האט זיך נישט גוט געפילט, אין די גרעסטע היץ, איז ער געשטאנען און געווארט צו קענען טון א חסד מיט א צווייטן איד, ווי די תורה הקדושה זאגט "וירא וירץ לקראתם". מוהרא"ש זצ"ל פלעגט טאקע זאגן אז משיח וועט קומען אין זכות פון די אלע וואלונטירן וואס לויפן טון חסד מיט אידישע קינדער!
 
דער קליינער טעקס קרעדיט קען אפילו נישט באצאלן קיין ברעקל פון די ריזיגע חסד וואס די אלע וואלונטירן טוען אן אויפהער, אבער עס איז דאך א וועג ארויסצואווייזן א שטיקל הכרת הטוב און אנערקענונג פאר די אלע טייערע אידן.
 
דאס דארף אונז טאקע דערמאנען זיך צו שטארקן אין די מדה פון הכרת הטוב, און דאנקען יעדן איינעם וואס האט אונז נאר אמאל געטון א טובה. מען זעט טאקע אסאך מאל ביי אנשי שלומינו, אז אפילו יארן נאך די חתונה, ווען זיי באגעגענען דעם שדכן וואס האט אויסגעפירט זייער שידוך, זאגן זיי אים נאכאמאל "יישר כח".
 
דא איז אויך די פאסיגע געלעגנהייט אויסצודרוקן בשם אלע ליינער א טיפן דאנק פאר אלע טייערע וואלונטירן פון די פילע ארגאניזאציעס – צי עס ווערט אנערקענט דורך די סטעיט אדער נישט – ווי למשל דער וועד העירוב, קימפעטורן היים, קרן הדפסה, הצלה, פייערלעשער, חברים, חביבים, און נאך פילע אנדערע וואס מיר האבן אפשר אויסגעלאזט. דער אייבערשטער זעט דאס אלעס און ער פארגעסט גארנישט.
 
איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק!
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.