מיט'ן אנקום פונעם פרישן זומער סעזאן תשפ"ד, ווערט דער קרית ברסלב אומגעגענט איבערגעפילט ווי יאר יערליך דורך די פילע אנשי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק; דער ראש ישיבה שליט"א און די בחורים פון ישיבה תפארת התורה קומען ארויס פון וויליאמסבורג צו די בערג צום זעכצטן יאר, ווי זיי וועלן זיך איינקווטירן אינעם שטעטל.
 
בפרט ווערט ווידער אויפגעלעבט דער מחנה אילן החיים וועלכע דער ראש ישיבה שליט"א האט אפגעקויפט מיט עטליכע יאר צוריק לטובת אנשי שלומינו זיי זאלן קענען פארברענגען דעם זומער אין אן ערליכער סביבה, פילע אנדערע משפחות דינגען דירות ביי אנשי שלומינו גאנציעריגע איינוואוינער פון שטעטעל כדי צו קענען געניסן פון די השפעה פון ראש ישיבה שליט"א, און זיך אנשעפן מיט אמונה אויף א גאנץ יאר.
 
דער ראש ישיבה שליט"א וועט פארלערנען זיינע בארימטע שיעורים אין גמרא, חינוך, חיזוק פאר אינגעלייט און בחורים במשך דעם זומער אין בית המדרש פון די בחורים "היכל ראזענבערג" הונטערן בית המדרש אויף האשקי. א ריזיגער ציבור פון די גאנצע קעטסקילס ראיאן ווערן צוגעצויגן און קומען טעגליך צו די שיעורים יעדן נאכמיטאג אדער צו די מלוה מלכה'ס מוצאי שבת פון וואו מען נעמט אהיים הויפענעס פון חיזוק און הדרכה אויף א גאנצע וואך.
 
ערליכע אידן אנטלויפן פון די אויסגעלאסענע שטאט, ווי מען קען יעדע רגע פארברענט ווערן רח"ל, און מען קומט ארויס צו שטייגן אין עבודת ה', מען לערנט מען דאווענט, מען רעדט צום אויבערשטן צווישן די גראז און ביימער, און אזוי גרייט מען זיך צו מיט א פאסיגע הכנה צו די הייליגע טעג מיט תשובה און מעשים טובים.
 
אפדעיט: לויט ווי עס הייסט יעצט וועט זיין עטליכע שינויים דאס יאר, אנדערש ווי געשריבן דא אויבן. דער ראש ישיבה שליט"א וועט פארלערנען אין היכל ראזענבערג יעדן אינדערפרי אכט אזייגער דער שיעור גמרא, און אזוי אויך דער שיעור פאר די אינגעלייט ליל שישי. די איבעריגע שיעורים און אזוי אויך די מלוה מלכה'ס וועלן פארקומען פריוואט מיט די בחורים אין מחנה אילן החיים. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז א אינגערמאן דארף זיין ביינאכט און מוצאי שבת קודש אין שטוב, און די שיעורים אין די צייטן זענען נאר פאר די בחורים.