פרישע פאלדינג מאשין קומט אן אין בית הדפוס
יג כסלו תשפ"ב 📝
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז "קרן הדפסה היכל הקודש" האט געקויפט א פרישע מאשין וואס וועט אסאך פארגרינגערן די ארבעט אינערהאלב דעם בית הדפוס. די רעדע איז פון א נייע מאשין וואס איז ספעציעל געמאכט צו קענען דרוקן גליונות אויף גאר א גרינגן און שנעלן פארנעם, די מאשין דרוקט זייער שנעל און טוט אויך קנייטשן גליונות.
ביז יעצט האט מען גענוצט א מאשין וואס קען נישט פארנעמען אזוי סאך גליונות אויף איינמאל, וואס דאס האט גורם געווען אז דרוקן די גליונות זאל נעמען זייער אסאך צייט, יעצט מיטן נייעם מאשין וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף קענען דרוקן אזויפיל ווי זעכצן טויזנט (!) גליונות א שעה.
דער מאשין איז נתנדב געווארן דורך משפחת בריגער החשובה. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטס, דער זכות וועט זיי זיכער באגלייטן אויף דער וועלט און יענע וועלט. אלע אידן וואס וועלן ליינען א גליון און נעמען התחזקות דערפון, וועט גיין אויף זייער קרעדיט בזה ובבא.
אויב נויטיגט איר זיך אין א ישועה, קענט איר אלץ מנדב זיין פארן בית הדפוס, און געהאלפן ווערן מיט די ישועה וואס איר דארפט, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט. צו מנדב זיין רופט אין "קרן הדפסה" #103 718-387-2691 אדער שיקט א אימעל צו donate@kerenhadfusa.org.
על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו