פרישע פרטים פון פלען איט רייט איבער די טשארטערס קיין אומאן
כ אלול תשפ"ג 📝
דא ברענגען מיר אייך די אפדעיטס פון פלען איט רייט אין קורצן, און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט מען באקומען אויפן פליגער א ביכל מיט אלע פרטים.
ווי באריכטעט וועט די מאנטאג טשארטער זיך הייבן פון קענעדי לופטפעלד בסייעתא דשמיא אום 10:20 אווענט, און וועט בעז"ה לאנדען אין ריישא אום 12:50 דינסטאג מיטאג. און דער דינסטאג טשארטער וועט בעז"ה פארלאזן נוארק דינסטאג אווענט אום 10:55, און וועט לאנדען אין ריישא מיטוואך אום 1:45 מיטאג.
פלען איט רייט וועלן האבן אגענטן וועלכע וועלן אפווארטן דעם ציבור אינדרויסן פון לופטפעלד און צואווייזן די באסעס וועלכע וועלן פירן קיין ליזענסק, ווי עס וועט בעז"ה זיין צוגעשטעלט פארן חשוב'ען ציבור, א געשמאקע מקוה, קאווע, בתי כיסאות, און ווארימע איבערבייס און סנעקס.
אויך וועט זיין צוגעשטעלט פאר יעדעם א בעט פאר עטליכע שעה זיך צו קענען אפרוען צו זאמלען פרישע כחות ביז די באן וועט אפפארן. טייל וועלן פלאצירט ווערן אין ליזענסק, און טייל וועלן גיין צו א האטעל אין פשעמישל.
חוץ דער ציון הקדוש אין ליזענסק ווי אלע וועלן זיך קענען אויסבעטן וועלן במשך דעם טאג זיין נאך אפציעס צו פארן צו נאך עטליכע קברי צדיקים. שפעטער פארנאכט וועט סערווירט ווערן א ברייטע נאככטמאל.
10:00 ביינאכט פון ליזענסק, און 11:00 פון פשעמישל וועלן באסעס צופירן צום באן סטאנציע, די באן וועט בעז"ה אפרייזן אום 11:45 ביינאכט, און אויפן באן וועט בעז"ה סערווירט ווערן א קאלטע געפאקטע מאלצייט. מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן די פאסטפארטן געזיגעלט ווערן אויפן באן, און מען וועט נישט דארפן אראפגיין.
מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען דעגרייכן וויניצע בערך 8:00 אינדעפרי, ווי עס וועלן אפווארטן באסעס וואס וועלן נעמען קיין אומאן.
מוצאי יום טוב נאך יום טוב וועלן די באסעס ארויספארן פון אומאן 9:00 ביינאכט מוצאי יום טוב, מער פרטים איבער די וועג צוריק וועט בעז"ה נאכפאלגן.
אלע פלענער און השתדלות זענען גארנישט ווערט אן תפילה, אלע אנשי שלומינו זענען ווייטער מתפלל מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט, און פועלן אלעס גוטס.
מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקודש אומנה