פרישע קאוויד פאניק נעמט ארום די וועלט
ו תשרי תשפ"ד 📝
אין די לעצטע וואכן זעט מען א פרישע פאניק ביי מענטשן וועלכע הערן אויס די נייעס, ווען מען גייט ארויס אין די אלגעמיינע גאס קען מען זען פילע פארמאסקירטע פנימ'ער, פון פארפאניקטע דורכגייער וועלכע ציטערן פאר שרקע צוליב א פרישע אויפשטייג פון "קאוויד", די צייטונגען העדליינס פארמערן זיך יעדן טאג מיט קידוש לבנה אותיות איבער א פארמערונג פון קאוויד קעיסעס סיי אין אמעריקע און סיי איבער די וועלט.
ווי עס זעט אויס האט די מענטשהייט זייער א קורצע זכרון, ווייל אויב מען קוקט צוריק אויף די קאוויד איבערקערעניש וואס האט אויסגעבראכן מיט דריי און א האלב יאר צוריק צווישן פורים און פסח שנת תש"פ קען מען קלאר זען דער חורבן וואס די פאניק האט אנגעמאכט; און ווי אלע האבן זיך געקענט איבערצייגן זענען רוב אומגעקומענע געווען פון די קרענק וואס הייסט "פאניק" וואס האט געפירט מענטשן צו טון אומזינגע זאכן, וואס האט ליידער צוגעברענגט פילע טויטפעלער.
יעצט האבן די פאניק ליבהאבער זיך פריש גענומען צום קאוויד, און שרעקן אן אז דער יעצטיגער קאוויד קען מען קוים באמערקן, און די סימפטאמען זענען זייער באהאלטן און קוים וואס מען ווייסט אז מען האט קאוויד, דערפאר - זאגן זיי - איז זייער וויכטיג צו זיין אין פאניק און זיין זייער דערשראקן
עס איז איבעריג ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט פון זייערע ווערטער, ווייל ווי זיי אליינס זאגן ליידט מען נישט פון קיין אטעמען פראבלעמען, אדער אפילו נישט פון קיין שמעקן און טעם פארלוסט, דער יעצטיגער קאוויד ווערסיע זאגן זיי אליינס שפירט זיך בלויז ווי א דורכגייענדע פארקילאכטס אדער א סעזאנאלע עלגערגיע מיט בלויז אביסל א רינעדיגע נאז וכדומה.
אבער פארט זאגט עקספערטן אז עס איז דא איין נאטורליכע מיטל וואס האט זיך ארויסגעשטעלט זייער ווירקזאם קעגן דעם דיזיס, און ווען מען האט אבזערווירט די וואס האבן גענומען דעם רפואה האט מען געזען גאר גרויסע חילוקים אין די עפעקטן וואס קאוויד האט געהאט אויף זיי. די שלעכטע נייעס איז אז זייער ווייניג ווייסן פון דעם רפואה, אבער די גוטע נייעס איז אז עס איז זייער גרינג צו באקומען - בפרט ביים היימישן ציבור - וואס לאזט זיך נישט נארן פון די שטראם פון די גאס - האט מען זיך שטארק אריינגעלייגט אז מען זאל עס קענען באקומען זייער גרינג.
דער רפואה וואס איז אויך א רפואה פאר פילע פיזישע און גייסטישע מחלות הייסט אמונה, אז א מענטש נעמט אריין אין זיך אז דער אויבערשטער פירט די וועלט פונקטליך וויאזוי ער וויל עס, און ער האט די מערסטע עקספירנעס - שוין כמעט זעקס טויזענט יאר - און ער ווייסט פונקטליך וואס ער טוט. די וואס נעמען אריין פון די פילן, זאגן אז זיי שפירן זיך ממש ווי אן אנדערע מענטש, און די קאוודי סימפטאמען גיין כמעט אייביג אינגאנצן אוועק.