אין די טעג איז ארויס פון דרוק ביים קרן הדפסה היכל הקודש א פרישע קונטרס פון מוהרא"ש "עס לוינט זיך צו לעבן", וואס געבט גאר אסאך חיזוק און עצות פאר יעדן איד אין יעדע מצב, דער קונטרס איז אן איבערזעצונג פונעם קונטרס "למה להתאבד" וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אויף לשון הקודש.
 
אזוי אויך איז פריש איבערגעארבעט געווארן מיט א נייע שיינע דרוק די הערליכע קונטרסים וואס ווערט צוכאפט דורך אלעמען "מכבד זיין די מאן" און "מכבד זיין די ווייב", און אויף הוראה פונעם ראש ישיבה שליט"א האט מען אויך ארויסגעגעבן א קונטרס א קאמבינאציע פון ביידע אויבנדערמאנטע קונטרסים וואס מען האט א נאמען געגעבן "גן עדן".
 
אין אנדערע נייעס זענען דא פילע נייע זאכן אויפן וועבסייט, צוערשט לכבוד דאס אנהייב פון מסכת בבא מציעא, האט מען געשאפן די הערליכע געפינטעלטע גמרות בבא מציעה "עוז והדר" א יופי פון א דרוק וואס מען קען באשטעלן צו באקומען אהיים פאר בלויז $26.99.
 
אזוי אויך קען מען באקומען די הערליכע געפינטעלטע קיצור שולחן ערוך עוז והדר, מיט וואס אלע וועלן קענען לערנען די הלכות וואס איז נוגע פאר א איד טאג טעגליך אין דעם הערליכן באנד. מען קען עס באקומען פאר בלויז $15.99.
 
אזוי אויך די נייע באנד פון עצתו אמונה חלק ח' די הערליכע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס לייגט אריין א פרישע לעבן אין א איד נישט קיין חילוק וואס עס איז נאר דורך אויף אים. דאס קען מען באקומען אויפן וועבסייט פאר בלויז $9.99.
 
אויך זענען דא צוויי נייע ענגלישע קונטרסים, איינס מיטן נאמען Only Today, וואס רעדט אז די סוד פון הצלחה איז אז א מענטש זאל נאר קוקן אויף די יעצט, און נישט אויף נעכטן און נישט אויף מארגן. דאס קאסט בלויז $1.99
 
און די צווייטע קונטרס הייסט Drive Safe, וואס איז מעורר אז ווען מען דרייווט אויף די ראודס איז א מענטש מחויב איינצוהאלטן די סעיפטי געזעצן, און געדענקען אז אויך אויף די וועגן געפונט זיך דער אויבערשטער. דאס איז אויך פאר בלויז $1.99.