אין די לעצטע וואכן לייגט מען אריין גאר אסאך כחות אין די מיידל קעמפ וואס מען האט געקויפט.  און אויסער - ווי שוין באריכטעט פריער - דאס אויסגעפלאסטער אלע וועגן, האט מען ארייגלייגט אסאך כחות צו רענאווירן נאך אסאך זאכן אינעם קעמפ. דא געבן מיר א טיילווייזע באריכט.
אריינגענג צו די באנקס
אין די לעצטע טעג האט מען אריינגעלייגט אסאך כחות איבערצומאכן די צעמענטענע אריינגענג צו די באנקס.
סווימינג פול 
מען האט אינגנאצן איבערגעמאכט דעם סווימינג פול וואס איז געווען אין א זייער שלעכטע צושטאנד, עס איז אריינגעלייגט געווארן גאר אסאך כחות און געלט, עס אינגאנצן צו רענאווירן, און מען האט עס שוין ב"ה היינט באנייט.
צוים
מען האט זייער שווער געארבעט אין די לעצטע וואכן אויפצובויען א צוים ארום דעם גאנצן שטח פונעם קעמפ. ב"ה די גאנצע ארבעט איז שוין פארטיג.
 
די מיידל קעמפ צייכענט זיך אויס מיט די געוואלדיגע געטרייע סטעף וואס לייגן אריין אסאך כחות אין די טייערע קינדער, אין אלע אקטיוויטעטן ווערט געלייגט דער עיקר דגוש אריינצולייגן אין די קינדער אמונה פשוטה, זיי זאלן געדעקנען אז מען קען אייביג בעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס מען דארף, און אריינלייגן אין זיי מידות טובות, און זיין גרייט צו זייער לעבן בעזר ה' יתברך.