שטייענדיג אין די טונקלקייט פון קאראנא, הויבט שוין אן צו שיינען ביי אונז די ליכטיגקייט פונעם רבינ'ס ראש השנה, מיר גרייטן זיך אויפ'ן הייליגן ראש השנה צו פארן קיין אומאן צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, צו מקבל זיין אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג בעטן מיר דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן אן קיין שום מניעות און שטערונגען.
געלויבט השי"ת אז נאך אלע וואלגערנישן פון די פארגאגענע יארן וועלן מיר שוין זיין היי יאר צום דריטן מאל אינעם נייעם בנין אין אומאן.
ווי באקאנט האט מען אין די ערשטע פאר יאר זיך געוואלגערט פון איין פלאץ צום אנדערן, מ'האט געדינגען איין לאקאל, עס אויסגעוואקסן, און דערנאך עטליכע יאר האט מען געדינגען א צווייטע לאקאל, אבער אויך דאס איז מען ב"ה זייער שנעל אויסגעוואקסן.
דאן איז דער ראש ישיבה אריינגעשפרינען מיט מסירת נפש אינעם גרויסן פראיעקט פון בויען א נייעם בנין ספעציעל געאייגענט פארן געברויך פון ראש השנה אין אומאן פאר אנשי שלומינו.
מיט סייעתא דשמיא האט מען ב"ה געטראפן א פאסיגע שטח אויף די שטילע "בילאצערקאווסקע" געסל, אינדרויסן פונעם צענטער, אוועק פון די הו הא פון די "פושקינא" גאס און ווייט ארויס, געאייגענט צו ווערן א ריינע ווינקל צוגעפאסט פאר הייליגע לעכטיגע אידישע קינדער שלא טעמו טעם חטא. און געלויבט דעם אייבערשטן מען האט ב"ה באוויזן אין צוויי יאר אויפצובויען אויפן פלאץ א הערליכע זעקס שטאקיגע געביידע.
פאר צוויי יאר צוריק איז מען צום ערשטן מאל אריין אינעם בנין אויף ראש השנה, וואס האט נאך דאן געהאלטן אינמיטן געבויט ווערן, אבער איז גענוצט געווארן אויף א צייטווייליגן אופן, עס האט שוין געהאט איין שטאק פון שלאף צימערן, דער מקוה, דער בית המדרש, און דער קאך, זענען שוין געווען געבויט, אבער אלעס אויף א רויען אופן.
פאריאר איז שוין דער גאנצער סטרוקטור פון אלע שטאקן געווען אויפגעבויט, צוויי פון די פיר שטאק שלאף צימערן זענען שוין געווען פארטיג, די קיך איז שוין געווען אויסשטאפירט מיט אלע געברויכן, די מקוה האט שוין געהאט א העכסט סאפיסטיקירטער פילטער. אויך האט מען צוגעקויפט א שטח פון אונטערן בנין ווי מען האט אינסטאלירט א גרויסע וואסער טאנק עס זאל זיין מער וואסער פארן געברויך.
יעצט אום חודש אייר תש"פ קומט אריין די פרישע נייעס אז מען האט ב"ה געקויפט נאך א שיינע פראפערטי נעבן בנין, ווי מען וועט בעז"ה אינעם צוקונפט קענען צובויען און זיך אויסברייטערן, וואס ווי עס זעט אויס וועט נישט לאנג נעמען ביז דער יעצטיגער בנין וועט שוין זיין קליין און אוממעגליך צו אריינעמען אלע אנ"ש וואס ווילן וויילן אום ר"ה מיטן ראש ישיבה אויף ראש השנה.
אזוי אויך וועט מען בעז"ה נוצן דעם שטח פאר א גארטן, די קינדער זאל האבן וואו צו לערנען און פארברענגען מיט די מלמדים אויף אן אפגעהיטענעם אופן.
פאריאר איז ב"ה שוין געווען א צוגעשטעלטער חדר אויפן פלאץ מיט די גאנץ-יעריגע מלמדים וואס האבן געדאווענט געלערענט און געזינגען מיט די קינדער, וואס איז געווען א  גרויסער סוקסעס.
אזוי אויך איז געווען צוגעשטעלט א "שאטל" - א ווען וואס טראגט און ברענגט דעם ציבור יעדע האלבע שעה - צו און פון הייליגן ציון. דער שאטל איז צוגעשטעלט געווארן דורכן "רענט קאמפיין", וואס ווערט אנגעפירט דורכן איבערגעגעבענער און געטרייער עסקן מו"ה שבתי מארקוס הי"ו וואס דעקט א גאנץ יאר די רענט פונעם בנין המוסדות אין וויליאסבורג - טויזטנטער דאלארן א חודש - און האט געספאנסערט דעם שאטל לתועלת הציבור.
יעצט האט מען שוין אנגעהויבן מיט די הכנות צוצוגרייטן דעם בנין פאר'ן קומענדיגן ראש השנה, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען שוין אגעהויבן צו פארדינגען בעטן אינעם בנין.
פאריאר איז שוין געווען פילע וואס זענען געקומען צו שפעט און מ'האט זיי נישט געקענט מער צושטעלן קיין בעט אינעם בנין צוליב וואס מען איז אויסגעלאפן פון פלאץ. היי יאר ווערט פארגעזען א גרעסערע מאנגל, צוליב וואס עטליכע צימערן וועלן באשטימט ווערן אלץ VIP צימערן, פאר די וואס דארפן עס, וואס וועט האבן בלויז 4 בעטן אינעם צימער. והחכם עיניו בראשו, ארויסצונעמען א בעט ווי פריער. וכל הקודם זכה.
 
הראש השנה שלי עולה על הכל