פרישע שידוך אין ישיבה
כד תמוז תשפ 📝
מיט שמחה האבן די תלמידי הישיבה אויפגענומען די נייעס איבערן פרישן שידוך וואס איז געשלאסן געווארן. דער חתן איז החתן שמעון ני"ו, בן הר"ר שאול חיים איינהארן הי"ו, וואס איז א חתן געווארן למזל טוב עב"ג די כלה תחי' בת הר"ר משה ארי' שניטצלער הי"ו.
דער שידוך איז געשלאסן געווארן מיט גרויס שמחה אין ישיבה ווי עס זענען זיך צוזאם געקומען די תלמידים און משפחה און ידידים.
דער חתן נ"י איז פון די חשובע תלמידי הישיבה ווי ער איז ברייט באקאנט מיט זיינע מדות טובות, און אויסער זיינע פילע שיעורים וואס ער לערנט יעדן טאג, איז ער אויך גאר שטארק איבערגעגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און ער העלפט ארויס כסדר מיט אלעס וואס פעלט נאר אויס.
די כלה תחי' איז פון די חשובע תלמידות פון די ברסלבע סקול, ווי זי האט זיך אויסגעצייכענט מיט איר מידות טובות און יראת שמים.
דער אייבערשטער זאל העלפן דער שידוך זאל זיין א קשר של קימא, זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, מיט פיל אידיש נחת, דורות ישרים ומבורכים.
שמחה ונחת לרוב!
בילדער פונעם "לחיים-ווארט-תנאים"