פרישע שפרודלדיגע וואסער קוועלער געפונען אין שטעטל קרית ברסלב
טז אייר תשפ"ב 📝
שוין א לאנגע צייט וואס מען פרובירט צו באקומען ערלויבעניש פון די ליבערטי טאון צו בויען נאך פרישע דירות אויף די פילע ליידיגע שטחים אין שטעטל, אבער יעדעס מאל דרייען זיי זיך ארויס, אלץ מיט אנדערע אויסריידן.
דאס מאל זענען זיי אויפגעקומען מיט א טענה אז די שטאט האט נישט גענונג וואסער פאר נאך דירות, פארשטייט זיך אז אנשי שלומינו ווייסן אז די ערשטע זאך איז תפלה, מען האט מתפלל געווען מען זאל באקומען רשות צו בויען פרישע דירות.
די הנהלה האט באשלאסן צו רופן א פירמע וואס זוכט און גראבט קוועלער, און האט געבעטן מען זאל זוכן פאר פרישע קוועלער, אזוי אז די טאון וועט מער נישט קענען נוצן דעם תירוץ פון וואסער, דער אייבישטער האט געהאלפן אז נאך א קורצע צייט האט מען געטראפן צוויי פרישע שפרודלדיגע קוועלער.
פאריגע וואך זענען די חשובע חברי הנהלה מו"ה מרדכי אהרן האלפערן הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו אראפגעגאנגען צום טאון אפיס צו א מיטינג פונעם פלענינג באורד, כדי צו בעטן פערמיטס פאר פרישע דירות. יעצט איז די טאון אויפגעקומען מיט פרישע תירוצים, דאס מאל אז דער שטעטל איז נישט גענוג ריין.
אויפן ערשטן געדאנק איז ארויפגעקומען אז מען זאל ארויסגיין מיט א מלחמה קעגן די טאון וואס נוצן אלע מיני נארישע תירוצים, אבי מען זאל נישט בויען נאך דירות, עס זענען דא פארשידענע לעגאלע מיטלען וואס מען קען טון דערוועגן. דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער געהייסן די הנהלה אז מען זאל ווייטער נוצן נאר פרידליכע מיטלען, און נישט ארויסגיין מיט א קאמף מיטן טאון, די עצה איז נישט קיין לאיערס האט דער ראש ישיבה געזאגט, די עצה איז תפלה, מען וועט אלעס פועלן ביים אייבערשטן מיט תפלה.
אין די זעלבע צייט האט אבער די הנהלה געבעטן אנשי שלומינו אז מען זאל פרובירן אז די שטאטישע באהערדע זאלן נישט קענען נוצן ריינקייט אלץ זייער תירוץ, כאטש אנשי שלומינו צייכענען זיך טאקע אויס מיט די הייליגע מידה פון נקיות, זאל מען זיך נאך מער אנשטרענגען צו האלטן ארום פון די הייזער ציכטיג און ריין.