מיט גרויס שמחה האבן די מפיצים אויפגענומען די נייעס אז עס איז נארוואס אנגעקומען אין בית הדפוס א פרישער שיפמענט פון די איבערגעדריקטע "אשר בנחל אויף אידש" מיט הערליכע מפתחות און תוכן הענינים.
טויזנטער אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיטן לערנען יעדן טאג עטליכע בריוו אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירת נפש, און יעדער וואס לערנט דאס איז עדות ווי עס פלאמט אים אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און עס וועקט אים אויף אז ער זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין מענטשן נאר גלייך לויפן צום אייבערשטן און אים אויספארציילן אלעס וואס דרוקט אים.
עס וועקט אויף אז נישט קיין חילוק וואס עס איז דורך אויף א מענטש, זאל ער זיך אויפשטעלן און אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן.
ווען מען לערנט אין דעם הייליגן ספר שפירט דער מענטש ווי מוהרא"ש רעדט ממש צום אים אין זיין מצב ווי ער פערזענליך געפינט זיך יעצט, און ער טרעפט ענטפערס צו אלע זיינע ספיקות, און פלאנטערנישן ווי ער איז אריינגעפאלן.
מוהרא"ש האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם ספר גאר גרויסע זאכן, מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט נאר דרוקן דעם הייליגן ספר, וועט ער האבן א ישועה וואס ער דארף.
צו באקומען דעם הייליגן ספר אשר בנחל אדער אלע אנדערע ספרים, קענט איר רופן קרן הדפסה אויף 718-387-2691 אדער אימעילט צו info@kerenhadfusa.org.
בריוו אין שאלות ותשובות עצתו אמונה איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל"
בריוו איש אמונות איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל"
בילדער